נייע מיניווענס פון קרייסלער / דאדזש
ווי באקאנט פאר די וואס ווייסן אז עס איז אקארשט געווען דער ניו יארק אויטא שאו, (יעדן יאנואר איז דא א שאו אין ניו יארק פאר די מאדעלן וואס קומען בקרוב ארויס - עס זענען אויך פאראן אין אנדערע מקומות אין אנדערע צייטן פון יאר), זענען צווישן די נייע אויטאס געוויזן געווארן דער נייער מאדעל קרייסלער (און דאדזש - ס'איז איין קאמפאני) מיניווענס.
פארוואס קומט די נייעס אין חדשות אנ"ש? ווייל א ריזיגער חלק פון אונזערע אידעלעך האבן מיניווענס, און א גרויסער חלק פון זיי האבן די קרייסלער, וואס זענען לעצטנס געווארן זייער פאפולער צוליב זייערע ביליגע פרייזן. זיי האבן געמוזט אביסעלע נאכלאזן פון די נארמאלע פרייזן, ווייל די בעסערע מיניווענס, סיי טאיאטע סיעננע, און סיי האנדא אודיסי, און אצינד אויך די נייע קיע סעדאונע (אדער האינדעי ענטאורעדזש וואס איז א צווילינג-ברודער פאר דעם קיע - געמאכט ביי איין קאמפאני אין קארעא, דאס איז גענוי ווי די קרייסלער און דאדזש מיניווענס זענען די זעלבע צווילינג, נאר האבן אנדערע רעדלעך און גריל, וכדו') האבן זיי שטארק איבערגעשטיגן. ווי יעדער ווייסט האבן זיך די אויסלענדישע קאמפאניס אריינגעלייגט בכל כוחם ארויסצוגעבן קוואליטעט פראדוקן וואס האלטן זיך לענגער און ווערן נישט אזוי אפט צובראכן, און דערמיט אין-דער-ערד געלייגט די אמעריקאנער קאמפאניס, ווי GM, און פארד, און קרייסלער.
זעענדיג דעם טויט פאר זייערע אויגן, האבן די דריי אמעריקאנער אויטא קאמפאניס ("די דריי גרויסע" באצייכענט מען זיי, ווייל זיי האבן מאנופילירט די וועלט ביז א געוויסע צייט צוריק) זיך גענומען שטארק ארבעטן אויף קאונטער אטאקעס, און ווייזן אז זיי קענען אויך. ווי די עקספערטן גיבן איבער, זענען טאקע די קוואליטעט ביי די אמעריקאנער אויטאס אסאך געשטיגן, כאטש זיי האבן נאך נישט דעם צוטרוי פונעם פאלק וואס האט זיך אפגעליטן פון זייערע דזשאנקס אלע יארן, און עס קען נאך נעמען א לענגערע צייט ביז עס וועט זיי געלונגען צוריקצוכאפן די קאסטומערס. און פון די אנדערע זייט, הערט מען לעצטנס גאר אסאך פראבלעמען מיט די טאיאטעס... זעהט אויס אז זיי פראדוצירן שוין אזויפיל אויטאס אז עס איז ממש לא ימלט... די נייע קעמרי און אוואלאן האבן שוין ארויסגערופן בייז בלוט און דעם גרימצארן פון אסאך קאסטומערס. אויף געוויסע וועבסייטס קענט איר זעהן צענדליגער קונים שעלטן אויף טאיאטע.
לענינינו. טאיאטע און האנדע האבן ארויסגעגעבן זייער לעצטן מאדעל מיניווען, און דערמיט איבערגעשטיגן אלע אמעריקאנער קאמפאניס. היות קרייסלער פארקויפט נאך אלץ די מערסטע מיניווענס א יאר (מער וויפיל טאיאטע און האנדא צוזאמען) - הגם דאס רעכנט אריין קאר רענטלס און טעקסיס וכדומה וואס די אימפארט קאמפאניס טוען כמעט נישט; און וויבאלד קרייסער האלט זיך "באלעבאס" אויף די מיניווען, ווייל זיי האבן אויסגעטראפן דאס מין בריאה "מיניווען", ע"כ ווילן זיי ווייטער אנהאלטן דעם באלעבאטישקייט. און אצינד ביי די שאו האבן זיי געוויזן א נייע מאדעל, וואס זאלן קענען איבעריאגן טאיאטע און האנדא.
פארשטייט זיך עס וועט זיין גאר באקוועם, פארן זייער סמאאד און שטיל, עס האט א אפשען פון א נייע פאוערפול ענדזשין וואס וועט האבן א בעסערע פיקא"פ בלע"ז פון אנדערע מיניווענס, מיט א נייע 6-ספיד טראנסמישאן, מיט אויסטערלישע אינטערעסאנטע פיעטשורס, ווי למשל אז די מיטעלסטע זיצן וועל זיך אויסדרייען פארקערט, און א טישל וועט ארויפקומען פון אינמיטן, און מען וועט קענען האבן מיטינגען, אדער קינדער עסן און שפילן, וכדו'.
אויך וועט דאס האבן א נעוויגעישאן סיסטעם, וואס אויסער ווייזן די וועגן וועט דאס האבן א 20 גיגאבייט הארד דרייוו, מיט א USB קאנעקשאן אריינצולייגן אלע אייערע MP3 פיילס, אזוי וועט איר קיינמאל נישט דארפן טוישן קיין סי.די.'ס וכדומה. אויף דעם סקרין וועט איר אויך קענען זעהן בילדער און מאוויס (נו, מ'טאר נישט!! אה, ס'איז נאר פאר די גויים, נו שוין,) און ווען איר בעקט ארויס, וועט איר זעהן א בילד פון אונטן וואו איר בעקט (אזוי ווי די אנדערע מיניווענס האבן שוין). אויך וועט דאס האבן אינטערעסאנטע קאלירן לעקטערלעך אין די בעק, אז מען זאל קענען לייענען א בוכל ביינאכט אן שטערן דעם דרייווער. עס וועט אויך האבן קאפ-האלטערס וואס וועט האלטן די טרינקען קאלט אדער הייס, לפי המצב.
צו די נייעס קומט אויך צו, אז ביידע, פארד און דזשי.עם. האבן באשלאסן אויפצוהערן צו פראדוצירן מיניווענס. זיי האלטן אז עס איז פאראן צו ווייניג סעילס דערפון, עס לוינט זיי נישט. אזוי וועט אויטאמאטיש קרייסלער פארדינען נאך פאטענציאלע קאסטומערס.
עס זענען פאראן אסאך בילדער פון די נייע ווענס אויף די אינטערנעט. למשל דא:
http://www.allpar.com/model/m/2008-minivans.html
האטס נישט קיין מורא, איך ארבעט נישט פאר קרייסלער. עס איז א "פרי" אדווערטייזמענט!...
 |
|
|