בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

נייע מיניווענס פון קרייסלער / דאדזש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/1/2007 01:33 לינק ישיר 
נייע מיניווענס פון קרייסלער / דאדזש

ווי באקאנט פאר די וואס ווייסן אז עס איז אקארשט געווען דער ניו יארק אויטא שאו, (יעדן יאנואר איז דא א שאו אין ניו יארק פאר די מאדעלן וואס קומען בקרוב ארויס - עס זענען אויך פאראן אין אנדערע מקומות אין אנדערע צייטן פון יאר), זענען צווישן די נייע אויטאס געוויזן געווארן דער נייער מאדעל קרייסלער (און דאדזש - ס'איז איין קאמפאני) מיניווענס.

פארוואס קומט די נייעס אין חדשות אנ"ש? ווייל א ריזיגער חלק פון אונזערע אידעלעך האבן מיניווענס, און א גרויסער חלק פון זיי האבן די קרייסלער, וואס זענען לעצטנס געווארן זייער פאפולער צוליב זייערע ביליגע פרייזן. זיי האבן געמוזט אביסעלע נאכלאזן פון די נארמאלע פרייזן, ווייל די בעסערע מיניווענס, סיי טאיאטע סיעננע, און סיי האנדא אודיסי, און אצינד אויך די נייע קיע סעדאונע (אדער האינדעי ענטאורעדזש וואס איז א צווילינג-ברודער פאר דעם קיע - געמאכט ביי איין קאמפאני אין קארעא, דאס איז גענוי ווי די קרייסלער און דאדזש מיניווענס זענען די זעלבע צווילינג, נאר האבן אנדערע רעדלעך און גריל, וכדו') האבן זיי שטארק איבערגעשטיגן. ווי יעדער ווייסט האבן זיך די אויסלענדישע קאמפאניס אריינגעלייגט בכל כוחם ארויסצוגעבן קוואליטעט פראדוקן וואס האלטן זיך לענגער און ווערן נישט אזוי אפט צובראכן, און דערמיט אין-דער-ערד געלייגט די אמעריקאנער קאמפאניס, ווי GM, און פארד, און קרייסלער.

זעענדיג דעם טויט פאר זייערע אויגן, האבן די דריי אמעריקאנער אויטא קאמפאניס ("די דריי גרויסע" באצייכענט מען זיי, ווייל זיי האבן מאנופילירט די וועלט ביז א געוויסע צייט צוריק) זיך גענומען שטארק ארבעטן אויף קאונטער אטאקעס, און ווייזן אז זיי קענען אויך. ווי די עקספערטן גיבן איבער, זענען טאקע די קוואליטעט ביי די אמעריקאנער אויטאס אסאך געשטיגן, כאטש זיי האבן נאך נישט דעם צוטרוי פונעם פאלק וואס האט זיך אפגעליטן פון זייערע דזשאנקס אלע יארן, און עס קען נאך נעמען א לענגערע צייט ביז עס וועט זיי געלונגען צוריקצוכאפן די קאסטומערס. און פון די אנדערע זייט, הערט מען לעצטנס גאר אסאך פראבלעמען מיט די טאיאטעס... זעהט אויס אז זיי פראדוצירן שוין אזויפיל אויטאס אז עס איז ממש לא ימלט... די נייע קעמרי און אוואלאן האבן שוין ארויסגערופן בייז בלוט און דעם גרימצארן פון אסאך קאסטומערס. אויף געוויסע וועבסייטס קענט איר זעהן צענדליגער קונים שעלטן אויף טאיאטע.

לענינינו. טאיאטע און האנדע האבן ארויסגעגעבן זייער לעצטן מאדעל מיניווען, און דערמיט איבערגעשטיגן אלע אמעריקאנער קאמפאניס. היות קרייסלער פארקויפט נאך אלץ די מערסטע מיניווענס א יאר (מער וויפיל טאיאטע און האנדא צוזאמען) - הגם דאס רעכנט אריין קאר רענטלס און טעקסיס וכדומה וואס די אימפארט קאמפאניס טוען כמעט נישט; און וויבאלד קרייסער האלט זיך "באלעבאס" אויף די מיניווען, ווייל זיי האבן אויסגעטראפן דאס מין בריאה "מיניווען", ע"כ ווילן זיי ווייטער אנהאלטן דעם באלעבאטישקייט. און אצינד ביי די שאו האבן זיי געוויזן א נייע מאדעל, וואס זאלן קענען איבעריאגן טאיאטע און האנדא.

פארשטייט זיך עס וועט זיין גאר באקוועם, פארן זייער סמאאד און שטיל, עס האט א אפשען פון א נייע פאוערפול ענדזשין וואס וועט האבן א בעסערע פיקא"פ בלע"ז פון אנדערע מיניווענס, מיט א נייע 6-ספיד טראנסמישאן, מיט אויסטערלישע אינטערעסאנטע פיעטשורס, ווי למשל אז די מיטעלסטע זיצן וועל זיך אויסדרייען פארקערט, און א טישל וועט ארויפקומען פון אינמיטן, און מען וועט קענען האבן מיטינגען, אדער קינדער עסן און שפילן, וכדו'.

אויך וועט דאס האבן א נעוויגעישאן סיסטעם, וואס אויסער ווייזן די וועגן וועט דאס האבן א 20 גיגאבייט הארד דרייוו, מיט א USB קאנעקשאן אריינצולייגן אלע אייערע MP3 פיילס, אזוי וועט איר קיינמאל נישט דארפן טוישן קיין סי.די.'ס וכדומה. אויף דעם סקרין וועט איר אויך קענען זעהן בילדער און מאוויס (נו, מ'טאר נישט!! אה, ס'איז נאר פאר די גויים, נו שוין,) און ווען איר בעקט ארויס, וועט איר זעהן א בילד פון אונטן וואו איר בעקט (אזוי ווי די אנדערע מיניווענס האבן שוין). אויך וועט דאס האבן אינטערעסאנטע קאלירן לעקטערלעך אין די בעק, אז מען זאל קענען לייענען א בוכל ביינאכט אן שטערן דעם דרייווער. עס וועט אויך האבן קאפ-האלטערס וואס וועט האלטן די טרינקען קאלט אדער הייס, לפי המצב.

צו די נייעס קומט אויך צו, אז ביידע, פארד און דזשי.עם. האבן באשלאסן אויפצוהערן צו פראדוצירן מיניווענס. זיי האלטן אז עס איז פאראן צו ווייניג סעילס דערפון, עס לוינט זיי נישט. אזוי וועט אויטאמאטיש קרייסלער פארדינען נאך פאטענציאלע קאסטומערס.

עס זענען פאראן אסאך בילדער פון די נייע ווענס אויף די אינטערנעט. למשל דא:

http://www.allpar.com/model/m/2008-minivans.html

האטס נישט קיין מורא, איך ארבעט נישט פאר קרייסלער. עס איז א "פרי" אדווערטייזמענט!...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2007 01:43 לינק ישיר 

שקויעך פאר די אינפא

כמיין אבער אז זיי זענען געווארן א דייטשע פירמע.
מדארף אהנפרעגן די פארגאזטע אידן פון אוישוויץ וואס זייער מיינונג איז וועגן א מיני ווען פון זייערע רוצחים, אפשר ווען זיי וועלן הערן אז סהאט אבילט אין GPS וועלן זיי מקיל זיין

לפענ"ד נראה אז זיי וועלן מעהר אויפטוהן אויב זיי וועלן מאכען א אכט אדער ניין פעסענדז'ער אנשטאט זיבן, דאמאלטס וועלן אפילו די קנדער פון די פארגאזטע אויך פאהרן..  תוקן על ידי - baachi - 18/01/2007 1:45:52



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2007 00:58 לינק ישיר 

אנשולדיגט באטשי אבער איך מיין אז דאס לשון פארגאזטע פאסט נישט.

עס איז נישט קיין חוזק אז מיר זענען פארווייטאגט אויף די רשעים ארורים און מיר ווילן מיט זייערע חפצים קיין שייכות נישט האבן.

עס איז אבער יא א ווייטאג ווען איינער מאכט אוועק אונזערע פארבלוטיגטע געפילן אקעגן די רשעים ימ"ש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2007 03:24 לינק ישיר 

מאך אוועק?

דער וואס גיט צו פארדינען די רוצחים, דער מאכט אוועק, איך האב געשריבן סארקאסטיש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2007 17:15 לינק ישיר 

דא האט איר בילדער

http://www.allpar.com/model/m/2008-minivans.html




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2007 19:03 לינק ישיר 

מצורף קובץ

נאך א בילד פון אינווייניג. מען זעהט די זיצן אויסגעשטעלט ווי ביי א מיטינג:





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2007 19:04 לינק ישיר 

מצורף קובץ

א בילד פון פארנט..





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2007 19:23 לינק ישיר 

דאס איז א גוטע איידיע וואס די Pacifica האט, וואס די Navigation און ווי אויך די Reverse Camera איז הארט פאר די נאז, איך וואונדער זיך פארוואס זיי נוצן עס נישט איבער,
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2007 21:39 לינק ישיר 

I think the designer of the exterior has poor taste, the inside in fact looks very appealing



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2007 00:33 לינק ישיר 

טשאפלעין,

דאס איז די לעצטע סטייל, צו מאכן מער באקסעדיג די נייערע קארס. די עיקר אויפטוה פון די נייערע דעזיין איז, אז עס וועט זיין אסאך מער פלאץ אינווייניג. וויפיל מאל מאכט זיך מען דארף אריינלייגן א גרויסן רענצל אדער באקס אין בעק, און עס איז צו הויך, מען קען נישט פארמאכן דעם (טראנק) [ליפטגעיט], וכדומה. א באקסי דעזיין איז פשוט מער פראקטיש.

בכלל נאכדעם וואס קרייסלער האט געהאט א געוואלדיגע סוקסעס מיט די "300" אויטאס (וואס זענען אויכעט באקסעדיג), וואס זענען זייער "רייסעריש" (בלע"ז באידיש), האבן זיי געוואלט אריינלייגן ענליכקייטן אין די נייע ווען, ווי למשל די לעקטערלעך פון אונטן זענען גענוי די זעלבע, און נאך עטליכע שטיקלעך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > נייע מיניווענס פון קרייסלער / דאדזש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext