בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווי צו אינוועסטירן 20,000 דאלער?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/1/2007 05:21 לינק ישיר 
ווי צו אינוועסטירן 20,000 דאלער?

איך האב זיך אפגעשפארט ערגעץ איבער דרייסיג אלפים דורך די יארן, און איך זע נישט איך זאל עס ברויכן פארנוצן אין די קומענדיגע צען יאר.

דערווייל ליגט עס ערגעץ אין א גמח. איך פארשטיי די גרויסע מצווה עס צו האלטן דארט און דערמיט האבן די גרויסע מצווה פון בארגן פאר אידישע קינדער זיי זאלן קענען חתונה מאכן אין די טייערסטע האלן און זיך פלאגן עטליכע יאר דערנאך עס צו באצאלן.

עס איז באקאנט אז דורך די יארן פאלט דאס געלט, און אין צען יאר ארום וועט מען דערמיט נישט קענען קויפן מיט דעם געלט דאס וואס מען קען יעצט מיט אזא סכום. קלער איך אז צען טויזנט רובל וועל איך לאזן אז אידן זאלן קענען דערפון געניסן, און נעמען צוואנציג און עס ערגעץ וואו אינוועסטירן.

וויל איך פרעגן דא ווער עס ווייסט וואס וואלט געווען א גוטע פלאץ אדער געשעפט עס איינשצוטעקן דארט.

באנדס?

סטאקס?

ריעל עסטעיט?

מאלטי לעוועל?...

אדער?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2007 18:40 לינק ישיר 

עינים
די געלט האב איך אים טאקע ג'עצה'ט דארט צולאזן ווייל מיט א הויז ריסקט מען נישט, איך האב שוין איינמאל געהאט אן אפוינטמענט מיט א גוטע אינוועסטמענט בראקער און ער האט מיר געזאגט אז די בעסטע איז ווי שנעלער אפצאלען די מארטגעדזש און נאכדעם אינוועסטען
טרענט_לאט
ער זאגט דאך אז ער האט אן אייגן הויז וואס מיינסטו צו זאגן אז ער זאל עס נוצן פאר א דאון פעימענט?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2007 17:50 לינק ישיר 


מיט 20.000 - 30.000 דאלער קענסט נישט מאכען קיין שום אינוועסמענט אז עס זאל זיך לוינען די קאפ דרייעניש
קיין גרויסע רווחים וועסטע נישט זען, במשך פין 10 - 15 יאר, אין קליינע רווחים אויך נישט, בפרט נאך טעקס, אין טארדשעס
חוץ אויב די ווילסט אינוועסטן אין  ריזיקירטע פלעצער, ווי מיטושל פאנד'ס, אבער דארט קען עס גיין ביידע וועגן {די בחינה פין
ונתנו,} לויט דיין שאלה פארשטיי איך אז די זיכסט נישט אזוינע אינוועסמענטס, הגם עס איז אויך דא מיטושעל פאנדס
וואס זענענן מער רואיג אין זיכער, אבער הצד השווה שבהם, אז די האסט א אפשען צי פארלירען א חלק פין דיין געלט
כאטש אז די אפשען איז א קליינע פראצענט, בדרך כללל אין א המשך פין 10 יאר פארדינט מען אייביג עפעס, דאך אבער
איז עס פאר דירנישט כדאי, וויבאלד דיין גאנצע פארמעגן באשטיידט נאר פין דעם

איך בין געווען אין א ענליכע סיטאציע ווי דיר פאר בערך 6-7 יאר צוריק כ'האב געהאט דעמלאטס אויך בערך 30.000 דאלער
כ'האב אינוועסטירט 6000 אין א פאנד - גראדע א היי ריסק פאנד, ב"ה עס האלט היינט בערך ביי 9700 - 9900
דאס וואלט איך דיר אויך געראטען צי טיען, אינוועסט א קליינע, חלק פין דיין געלט, אזוי וועסט זיין רואיג, אין עס קען זייער
מעגליך זיין אז עס זאל זיך שטארק לוינען, אבער געדענק!!  אויב די האסט נאר 30000 אינוועסט נישט מער צווישן זעקס אין
זיבען טויזענט דאלער, די איבריגע געלט לאז אין גמ"ח מיט די צייט קען זיין אז עס וועט ווערן גרעסער וועסטע קענענן קויפן
דערמיט א גרעסערע זאך, ווי למשל א דאן פעימנט פאר א הויז, מיטושעל פאנדס קענסטע קויפן ביי א סאך היימישע בראקערס, אבער מאך זיכער אז יענער ווייסט וואס ער רעדט, עס איז דא אסאך דיטעלס, אין כאפ א שמיעס מיט א בראקער, בנוגע פאנדס.
וועסטע שוין אטעמאטיש זען צי יענער ווייסט וואס ער רעדט אדער נישט

הצלה2006, עס איז נישט שייך צי זאגען אז די ענפערסט נאר אין אישי, עס איז נישט דא אזא זאך ווי א אינוועסמענט וואס איז א סוד
אויב ביסטע א אינשורענס עידשענט זאג וואס די ווילסט, אין אויב ביסט נישט קענסטע אויך זאגען, אדרבה זאג בערך
וואס די האסט צי אפערן, קען זיין אז עס וועט זיין פאר מיר אויך אינטערסאנט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2007 17:45 לינק ישיר 

אהרן לייב

די צרה איז נאר אז ווען ראטעס גייען ארויף אין די ווילסט צוריק דאס געלט וועסטו מוזען צאלען פיל פאכיג.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2007 16:18 לינק ישיר 

I think that the best place to put it is in your mortgage its 100% gaurenteed and you save 6% a year that you dont have to pay and once your mortgage is paid up you should go with an investment

you should always own a house before risking any of your money 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2007 06:36 לינק ישיר 

הצלה קענסט מיר געבן איינעם וואס איז שוין א צופרידענער אינוועסטירער ביי דיר?

אויב יא פארבינד דיךא ין אישית

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2007 06:32 לינק ישיר 

דענקער,

געדענק איין כלל אז עס צו גוט, איז עס נישט אמת, ווי מער פראצענט די ווילסט מאכן אלעס א גרעסער ריסק איז עס, די ווילסט טאקע מאכן געלט אויף די 20 טויזענט, אבער מאך זיכער אז אויפן וועג צו מאכן פארלירסטו נישט די קרן, זייער  א סאך מענטשן מאכן די מיסטעק, ווייל זיי מיינען אז זיי זענען קלוגער, איך ראט דיר אז די זאלסט נאר אריינלייגען און "עכטע" פארזיכערטע פלעצער ווי גאווארמענט באנדס, אפילו עס האט א קלענערן ריטוירן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2007 05:41 לינק ישיר 

איך בין נישט געווען דאהי האב איך זיך נישט פארנומען דערמיט.

איך האב גראדע אביסל געלט אויך ביי לייף אינשורענס נאך אלס אינגערמאן ווען מען איז מיר נאכגעלאפן מיט גרויסע גליקן און וואס איך מוז יעצט צאלן טויזנטערס יעדע יאר ווייל איך וויל נישיט עס זאל לעפסן. אויך האב איך געלט אין סי די'ס פאר קורצע טערמינען ווי איך מאך איבער פינף פראצענט א יאר, אבער איך וויל מער.

פאר גוטע אינוועסטמענטס קען איך פארשאפן סאך מער ווי 20 אלפים.

איך זאל דיר שוין אויסזאגן ווער איך בין, נאך פאר איך ווייס אויב איך וויל דיינע אינוועסטמענטס?

איך וועל טראכטן דערוועגן.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2007 05:36 לינק ישיר 

איך קען דיר העלפן אבער די מוזט זיך לאזן העלפן, אויב מיינסטו עס ערענסט לאז מיר איבער א טלפון נאמבער אין אישית און וועסט זעין אז איך וועל דיר העלפן מער ווי די מיינסט.
איך האב שוין געעפענט די אויגן פון א סאך אינוועסטערס און זיי דאנקען מיר יעדעס מאל וואס זיי זעין מיר.
איזה חכם הלומד מכל אדם, עס קאסט נישט קיין געלט צו הערן,
און איך רעד נישט פון לייף אינשארענס, איך רעד פון א אינוועסטמענט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2007 05:01 לינק ישיר 

shia550

נישטי א שלעכטער בייפאל. איך זוך אבער נישט די סארט אנאליזן. איך רעד נאר בכלליותדיגע אינוועסטמענטס אן דעם וואס איך זאל דארפן פאר איינעם אנטפלעקן ווער איך בין...

איך האב שוין געשריבן וואס איך זוך און אז איך וועל מסתם נישט דארפן די געלט פאר די נעקסטע צען יאר אדער מער.

דערווייל ליגט עס אין גמ"ח, און וועט פארלירן זיין ווערד נאך א צען יאר.

יא, די מצוה פון גמילות חסדים וועט זיין, אבער אין צען יאאר ארום וועט צוואנציג אלפים נישט זיין דאס וואס עס איז יעצט.

ישר כחכם פאר אלע וואס האבן מיר גענטפערט ביז יעצט און אלע וואס וועלן זיך אנשטרענגען ווייטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/1/2007 10:17 לינק ישיר 

הצלה לאז מיר וויסן אין אישית מער פרטים, און פון וואסערע סארט אינוועסטמענט מען רעדט דא.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2007 06:52 לינק ישיר 

איך קען אראפ ברענגען צו אייך א FINANCIAL NEED ANALYSIS ער וועט אייך נישט טשארדזשען אפילו נישט א פעני (אויב וועט איר אנעמען זיין סערוויס, וועט ער באקומען א קאמישן פונעם קאמפעני, אבער פאר אייך איז עס אימזינסט) עס לוינט זיך, לאמיר וויסן אין אישית צו די ביסט בכלל אינטערסירט אז איינער זאל אראפ קומען צו אייך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2007 06:47 לינק ישיר 

נישט לאנג צוריק האב איך אנגעפרעגט אן ענליכע פראגע אין בחחמ"א און לצערי נישט באקומען קיין באפרידיגטע אנטווארט.

אויב ווילסטו פרעג דיך נאך ביי אינוועסטמענט בראקערס, עס איז דא פון זיי איבער גענוג, און זיי פארזיכטיג מיט דיין סעלעקציע.

פארגעס נישט צוריקצוקומען זאגן פאר אונז.


לדעתי, לויט מיין ביסל קליינע ריסיורטש זעהט אויס ווי באנדס [פאר 10-15 יאר טערמינען] זענען גאנץ גוטע און פארזיכערטע! אינוועסטמענטס, נאר דארפסט דיך פונקטליך נאכפרעגן וועלכע סארט באנד איז געאייגנט פאר דיר, עס זענען דא עטליכע קאטעגאריעס. דוכט זיך אין ווילי איז דא א איד א פאפא'ער וואס טוט דערינען און איז שטארק אויפגעכאפט.

קוק דא אביסל וואס טוט זיך בעולם הבאנדס
http://www.savingsbonds.gov/indiv/products/products.htm

בהצלחה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2007 05:27 לינק ישיר 

אדער אפשר זאל איך עס אריינשטופן אין מיין מארטגעדזש פעימענט און אזוי ארום פארשנעלערן דאס אפצאלן פון מיין הויז?






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווי צו אינוועסטירן 20,000 דאלער?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext