ס'גייט זיין די ערשטע טעסט נאך די פטירה פון רבי'ן בעל ברך משה זי"ע, ווער ס'האט דעם ציבור.
נישט קיין וואונדער אז די אהרונים אין מאנטריאל דרייען זיך ארום אזוי אנגעזעצט, ווען זיי זעען וויאזוי זיי פארלירן די וואלן פאר זייערע אויגן.
די חשוב'ע עסקנים האבן בעצת מרן רבינו הגה"ק שליט"א צוזאמגעשטעלט א ליסט פון זיבן מענטשן אינקלודינג דריי פארווע נארמאלע אהרונים (איך האב נישט געוויסט אז ס'איז דא אזא זאך, אבער קוקט אויס אז איך האב מיך גע'נער'ט) וואס האבן זיך מחייב געווען נישט אריינצורעדן אין עניני רוחניות, וואס אין דעם וועט נאר ר' דוד און ר' משה מנחם האבן די לעצטע אויטאריטעט.
די ליסט איז צוזאמגעשטעלט געווארן מיט גרויסע סודות אז די אהרונים זאלן נישט וויסן דערפון. זיי האבן געמיינט אז מען שטעלט צוזאם א ליסט נאר פון סאטמארע חסידים זענען זיי געגאנגען און צוזאמגעשטעלט א ליסטע פון אולטרא עקסטרעמיסטישע אהרונים, וואס זענען נישט צו גאט און נישט צו לייט, זיי האבן נישט קיין געלט און זענען נישט אהוב על הבריות און קיינער האט זיי נישט ליב. ווען די ליסטעס זענען אריינגעגעבן געווארן האט זיך ארויסגעשטעלט די ביטערע אמת אז די באליבטע ראשי וחברי הקהלה זענען אויף די סאטמארע ליסט און די עקסטרעמיסטן און אומבאחנטע מענטשן זענען אויף די אנדערע ליסט. דאס מיינט אז יעדער איינער וואס וויל אז סאטמאר זאל זיך פירן נארמאל, מיט נארמאלע און באזעסענע מענטשן, און זאל זיך נישט צוטיילן אויף פיצלעך - וואס דאס ווילן די אהרונים - וועלן שטימען פאר די נארמאלע ליסט.
די סאטמארע ליסט באשטייט פון
3 חסידי רבינו שליט"א
3 פארווע און נארמאלע אהרונים
1 נייטראלער וואס האט זיך מתחייב געווען אז אין פאל ווען די איבריגע 6 וואוטס וועלן זיין צוטיילט גלייך אויף גלייך וועט ער נוטה זיין מיט די 3 חסידי רבינו שליט"א, אזוי וועט קיינמאל מער נישט קענען געשען אז די אהרונים זאלן קענען אוועק'גנב'ענען די בנינים.
נשלח ב-29/1/2007 22:43
בקיצור, ס'האט אויסגעבראכן א מיאוסע מחלוקה אין מאנטריאל סאטמאר, טייל וויל שלום טייל וויל נישט שלום, און מ'קען זיך נישט אדורכקומען, מה עשה הקב"ה, פון די טייל וואס וויל נישט שלום האבן א טייל מסכים געווען למען השלום, זאל יא זיין שלום.
...שלום שלום צווישן אידן...
נשלח ב-29/1/2007 21:57
אנטווערפענער אידען האלטען אויך אז מען קען גיין צוזאמען.
זעט אויס אז אין קלינע שטעט איז נישט דא זעלבע.
נשלח ב-29/1/2007 07:10
אבוויעסלי, די מאנטריאלע אידן זענען מחולק מיט אייך, זיי האבן נישט ערוועלט א געמישטע ליסטע אז מ'זאל זיך אויפעסן איינעם דעם אנדערן, זיי האלטן אז מ'קען יא לעבן אינאיינעם.
נשלח ב-29/1/2007 06:59
עס איז נישט שייך צו לעבן באהבה ובאחוה, עס איז נישט דא אזא זאך אין די גאנצע וועלט אז צוויי פארטייען זאלן דאווענען צוזאמען "באהבה ובאחוה" אינאיינם.