| נשלח ב-29/1/2007 01:19 |
|
| |
גראדע nokia איז ארויסגעקומען מיט די זעלבע דיזיין אין אזוי דין ווי די iphone אבער עס וועט קאסטען 700$, עס וועט ארויסקומען נעקסטע חודש
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2007 00:51 |
|
| |
צו ס'איז דא די טעכנאלאגיע ?
ס'איז דאך א מילתא דעבידי לגלויי, וואס איז שייך זיך וואונדערן ?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 16:10 |
|
| |
אנאליזירער איז דא גערעכט,
דזאשבס, איז עקספערט פון מאכן הייעפ פון גארנישט, עס קען זיין IPHONE איז א היט, אבער מען וועט מוזן ווארטן צו זען ווייל פון דזאשבס איז נישט קיין ראי.
בכלל ווינדערן זיך עקספערטען צו עס איז דא היינט די טעקנאלאשי פון וואס דזאשבס רעדט, ווי למשל צו האבן א טאש סקרין אין אזא דינע דעווייס, די Q און די imate וואס זענען אזוי דין האבן נישט קיין טאש סקרין מאש"כ די Treo וואס האט יא א טאש סקרין איז היבש דיקער, עס איז נאך נישט דא א פאן אזוי דין מיט א טאש סקרין אין די מארקעט יעצט.
פון די Ipod איז נישט קיין ראי, ווייל עפעל איז געווען די ערשטע mainstream company מיט א MP3 פלעיאר, די אלע גרויסע ווי למשל SONY האבן נישט געוואלט ארויס קומען ווייל זיי האבן מורא געהאט אז עס וועט שאדען פאר זייער מוזיק ביזנעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2007 17:18 |
|
| |
אנאליזירער, ס'רוב פון סמארט פאונ'ס און פאקעט פי סי פאונ'ס און בעיקר די וואס זענען Locked טוען נישט סופפארטן VOIP און ווי אויך נישט WiFi, און די סיבה איז א פשוטע, ווייל אנשטאט צו באצאלן די $30.00 א חודש פאר אינטערנעט/טעקסט מעסעדזשס וועט מען נוצן WiFi, זיי זאגן עס אליינס,
און דאס וועגן דריט פארטי סאפטווער, טענה'עט דזשאבס אז דאס איז כלומרש'ט צו פראטעקטן פון די צענדליגע קאפ וויי פאראורזאכענדע פראגראמען וואלכע דרייען זיך אויף די מארקעט, און ער וויל זיכער מאכן אז זיין Iphone וועט "אייביג" ארבעטן ווען עפל איז אין קאנטראל.
אט איז די קינאוט, דער איז א שטיק שטאלץ
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 25/01/2007 17:21:26
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2007 01:02 |
|
| |
רוב מבינים האלטן אז עס וועט יא זיין א דורכברוך. עס וועט שטעלן אנדערע סעלפאנ'ס אין שאטן. די צייטונג האט נאר געשריבן בקיצור אויפן שפיץ גאפל, אבער דער פאקט אז אמעריקע איז צוריקגעבליבן מיט סעלפאן'ס איז א דבר ידוע לכל, און איי פאון וועט זיין די ערשטע צו ברענגען נייערע טעכנאלאגיע אין א טעלעפאן.
http://www.apple.com/iphone
אודאי גייט עס נישט טון אויסטערלישע זאכן. א פאלם טעלעפאן קען אויך טון רוב זאכן - ס'איז אבער "וויאזוי" מען טוט דאס. די יוזער אינטערפעיס, שנעלקייט און באקוועמליכקייט וואס איז דער עיקר אויפטוה. א גרויסע לעכטיגע סקרין, אן קיין באטענס, נאר טאטש סקרין, האבן די גאנצע אינטערנעט אין טאש (זעלבסטפארשטענדליך אז רבנים גייען דאס אסר'ן... וואס דען?) - און בעיקר ווי אזוי צו מאכן פשוט'ע טעלעפאן קאלס וועט זיין מער באקוועם און פארגעשריטן, סיי מיט די קאנטאקט נעמען, און סיי אויב איינער קאלט אריין, וכדומה וכדומה.
ס'וועט קאסטן מסתמא א 600 דאלער. איך גלייב נישט איך וואלט עס געקויפט, (חוץ מזה וואס דערווייל הייסט עס אז עס וועט ארבעטן בלויז מיט סינגיולער), אבער איך האף אז אנדערע סעלפאן קאמפאניס וועלן זיך ארויפשארצן די ארבל, און מיט א קאך און א ברען אנהייבן צו קאמפיטן, און זאגן הויך "מתי יגיעו מעשי למעשה א..."
http://www.macworld.com/news/2007/01/09/iphone/index.php
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2007 18:18 |
|
| |
איך האב נישט געזען דעם "די צייטונג" זעט אויס דער שרייבער ווייסט נישט וואס ער רעדט...
די HYPE איז ווייל עס איז COOL אין עס איז אינטערן שאטן פון די מוצלח'דיגע אייפאד אין בכלל איז סטיוו דזאבס א מומחה אין אנמאכן HYPE
אדרבא, ס'גייט נישט סופארטן קיןן VOIP און קיין טירד פארטי סאפטווער בכל אופן קיין שום דורכברוך
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2007 15:50 |
|
| |
"די צייטונג" פארגאנגענע וואך האט געווידמעט א גאנצן זייטל דערפאר, שרייבענדיג איבער טעכנאלאגיע וואס איז נאך קיינמאל בעפאר נישט געווען אין US, אבער אויפן אינטערנעץ האב איך נישט געקענט טרעפן קיין שום אינפא. צוליב וואס עס איז נאך נישט עוועילעבעל (קאמינג סאאן) ווארטענדיג אויף א אפראוועל.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2007 06:54 |
|
| |
?so what's the big hype about
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2007 03:13 |
|
| |
עס איז נישט קיין שום דורברוך
|
|
|
|
|