מיטן אויבערשטענס הילף האף איך בקרוב אפצושרייבן א שטיקל אנאליז אויף שוועקיס נייע אויסגאבע, כידוע לוותיקי הפארום בין איך אן אלטער חסיד זיינער און דאס מזל שפילט אים אויסטערליש צו אז ער זאל מצליח זיין אהערצושטעלן מייסטערווערק בשעת וואס גרעסערע פון אים הינקען אונטער
הגם ער האט שוין עררייכט בעסערס ביי זיינע פריערדיגע טעיפס, זיין לעצטע טעיפ "ידיד" איז לדעתי געווען שענער מכמה בחינות, איז דאס אבער נאך אלץ א גאר געלונגענער טעיפ מיט אסאך צו הערן און הנאה האבן, כקען רואיג זאגן אז סאיז פון די שענסטע טעיפס פון די לעצטע צוויי יאר (נאך מרדכיס אפשר לתקן)
די ניגונים זענען רובם ככולם געוואלדיג, איינס פון די מערסטע אויפטוהען איז דער איבערגעמאכטער באקאנטער "טאטע טאטע" ניגון וואס ערשיינט דא סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש, סאיז א זייער געלונגענער פראדאקאציע, און סוועט גאנץ זיכער זייער גוט אויסנעמען ביי אלע קרייזן
***עקסקלוסיוו***
ספעציעל נאר פאר "עולם הנגינה", די אריגענעלע מוזיק אראנדזשירונגען רעקארדינג פונעם ניגון "טאטע", מהערט יוחאי זינגען דעם טאן מיט א כמעט פארטיגע ערענדזשמענט, פארשטייט זיך אז סאיז רוי אן מיקס וכדומה אבער דאך גאנץ אינטערעסאנט:
http://download.yousendit.com/9D7D0E814D7017E3
קריטיק אויפן טעיפ איז אויך דא פארשטייט זיך, די סאונד הינקעט שרעקליך אונטער, דער מיקס איז גראדע גאנץ גוט און ספרובירט צו פארדעקן אויף די שלעכטע רעקארדינג שטיקלעך (וואס איז א תוצאה פון די פילע היימישע געמאכט סטודיאס ווי יעדער רעקארד זיך פאר זיך אליינס, וואס איז אפשר א מעלה פאר די רעקארדירער אבער סקען אויך מאכן א חורבן אזויווי דא אין דעם פאל)
נאך א אינטערעסאנטע זאך וואס כהאב שנעל באמערקט איז דער פינפטער ניגון "יזכרם" וואס מען האט געהעריג ריסייקעלט פון א אלטע טעיפ, די ניגון איז שוין ערשינען איבער זעקס יאר צוריק אויף א (אפשר נישט אזוי באקאנטער) טעיפ פון א זינגער מיטן נאמען "קאבי", דא ביי שוועקי האט מען ארום געטוישט די ערשטע שטיקל וואס איז טאקע למעשה סאך בעסער ווי די אלטע
http://www.mostlymusic.com/advanced_search_result.php?keywords=coby&x=0&y=0
האפענטליך בקרוב וועל איך אנקומען צו שרייבן אביסל מער (וויפיל אנאליזן בין כשוין שולדיג?) בעזהי"ת