| נשלח ב-26/1/2007 20:40 |
|
| |
נייע וואקאציע היים פאר סקווערער רבי'ן
דער סקווערע רבי פארמאגט א שיינע וואקאציע היים אין דעם סקווערן קעמפ אין סוואן לעיק, גראדע גאנץ א נייע הויז, געבויעט ספעציעל פאר דעם צוועק אפאר יאר צוריק. און דארט גייט ער זיך אפרוען, ווייל ער פארט דאך נישט אויף מיאמי אדער פאלם ספרינגס.
יעצט זעט אויס איז עם די קאנטרי געווארן צו ווייט (אפשר וועגן די פוס אפעראציע), אויך האט ער געוואלט קענען שפאצירן ביים וואסער, האט מען עם געקויפט א גרויסע פאלאץ אין נייעק בערך 20 מינוט פון סקווערע שטעטל, ביים וואסער פון האדסאן ריווער, די הויז האט געקאסט בערך 2 מיליאן דאללער. יעצט בויט מען דאס איבער מען לייגט צו א מקוה מיט א ביהמ"ד וכדו'. און בקרוב וועט דער רבי קענען געניסן פון א וואקאציע לעבן שטוב.
נ.ב. איך מיין אלע רבי'ס זאלן זיך אויסלערנען פון עם וועט מען מער נישט דארפן ארום פארן אין די מרחקים.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2007 18:55 |
|
| |
אני חושב שהמדובר על האדמו"ר מסקווער שיכון סקווער, חתן כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א, כי לא נראה לי שהאדמו"ר מסקווערא איתן מושבו בבורו פרק יכול להרשות לעצמו תענוג כזה כמו בית נופש על הנהר.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 20:40 |
|
| |
ווער קען ברענגען בילדער?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2007 21:09 |
|
| |
גביר, טשעלענדזש מיר נישט.
אפשר זאגסטו מיר און פארטיג?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2007 07:33 |
|
| |
שם אחר, איך גיב דיר איין געס, איך וויל זען אויב די קענסט צוטרעפן.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2007 07:32 |
|
| |
און דרך אגב, וויל איך מוסיף זיין אז די גאנצע אויבנדערמאנטע דרשה, איז אויך אמת לגבי פלעטבוש סקווער, אפילו ער האט נישט קיין מוסדות.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2007 00:47 |
|
| |
און פון וועמען רעדט מען דא?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2007 00:54 |
|
| |
שלום עליכם רבותי, כ'בין שוין לאנג נישט געווען דא, און אויך יעצט ווייס איך נישט וויפיל צייט כ'וועל האבן, אבער קודם הייב איך אן.
ב"ה כ'אב הנאה דער עולם האט רעאגירט, און אזוי ווי ס'יז געווארן א שמועס ווען עכט סקווער אדער פעיק סקווער, פיל איך אלס מתחיל פון דעם אשכול, אז כ'אב וואס צוצולייגן.
רי"י מ'סקווער האט זיך גערופן אינדערהיים אדמו"ר מ'קאלאראש. אבער איידער מען גייט אריין אין דעם נושא איז כדאי מעורר צו זיין (דאס איז אלעס גערעדט אויב עס איז בכלל דא אזא מין זאך - ביי אייניקלעך פון דעם זעלבען גזע - ווי עכטע ..... רבי, אמתדיגע ........ רבי, ריכטיגע ......... רבי, פאלשע ........ רבי, פעיקע ....... רבי, וכדו'), אז דער זיידע פון היינטיגע אפסטעיט סקווער, טאטע פון אלטן אפסטעיט סקווער, עלטער זיידע פון היינטיגע ב"פ סקווער, זיידע פון אלטע ב"פ סקווער, איך מיין טאקע הרה"ק ר' דוד מ'סקווער, איז שוין אויך נישט געווען עכטער סקווערער רבי, דער מ"מ דארט אין סקווער איז געווען אן אנדערער זון פון הרהק ר"י מ'סקווער, און דערנאך זיין זון, וכו' וכו'.
איז ממילא איז בכלל נישט נוגע די שאלה ווער איז עכט סקווער, אבער לגבי אמעריקע איז אמת אז ר"י מסקווער, טאטע פון אלטן ב"פ סקווער האט זיך שוין גערופן אדמור מ'סקווער דא אין אמעריקא, סאך פאר רי"י מ'ב"פ-וומסב"ג-אפסטעיט סקווער איז געווען דא אין אמעריקא, און ער האט טאקע געבעטן רשות פון ר"י זיך צו רופן סקווער, און ער איז געווען א בעל מידות און עם געלאזט (ס"ה האבן זיי זיך געטיילט מיט דעם זעלבן גארנישט), און ממילא איז נישט קיין נ"מ צו ר"ד מב"פ סקווער האט זיך יא תיכף גערופן אדמור מ'סקווער, אדער נאר נאכדעם וואס זיין פעטער איז אוועק. ער האט נאכאלץ די זעלבע רעכט ווי זיין קאזין ר"ד מ'אפסטעיט סקווער.
איי וועסטו אוודאי פרעגן וויאזוי איז געווארן אז סתם אדמור מסקווער מיינט אפסטעיט און פאר ב"פ האט מען מוסיף שם געווען?
אויף דעם דאכט זיך מיר קען מיין גוטער ידיד ר' עבד עברי זייער גוט ענטפערן, ווייל רי"י מסקווער האט אויפגעשטעלט א גרויסן קאמפאני וועלכע האט זיך גוט אויסגעלערנט די טעראר שטיק פון די אנדערע גרויסע קאמפאני'ס. און דורכדעם - עס מסביר צו זיין אין איין ווארט - איז עס אזוי געווארן.
דאס טוט דאס אבער נאכנישט בארעכטיגן.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2007 19:03 |
|
| |
למעשה פון וועמען רעדט מען דא?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2007 01:48 |
|
| |
עבד עברי
זעט אויס אז עס איז נישט קיין נייע זאך פאר צייטונגען צו מאכען א מאנאפאל וועם צו רופען א רבי אין וועם נישט.
סדנא דארעה חד הוא, נאך פארן "כל העולם כולו"
נאר דאס מאל איז עס נארמאל צו רופען נאך איינעם מיטן זעלבער נאמען ווי דער קודש הקדשים פון סקווער איז ווי רופען נאך איינעם סאטמארער רב בחיים חיותו פון רביה"ק זי"ע
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2007 21:01 |
|
| |
איך האב מדקדק געווען צו שרייבען אז אדמו"ר רבי דוד זי"ע האט זיך נישט גערופן סקווערער רבי. אבער דאס אז דאס ביהמ"ד האט געהייסן סקווער. קען זיין. איך האב נישטאמאל געוויסט דעמאלס אז עס איז דא אזוי א ביהמ"ד. לייג נישט צו וואס איך האב נישט געשריבען. טאמער דו האסט דיך עפעס געפילט געטראפן פערזענליך אדער וואס. בעט איך דיך איבער ברבים.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2007 19:59 |
|
| |
עבד,
וואס הייסט אז בשעת זיין פעטער ר' י"י האט געלעבט (תשכ"ח) האט זיין טאטעס ר' יצחק'ס שוהל נישט געהייסן סקווירא?
די ווייסט נישט וואס די רעדסט ווי תמיד
ער ר' דוד האט זיך נישט גערופען רבי בכלל, ווייל ער האט נאך דעמאלט נישט געפראוועט קיין רביסטווא, אבער דער נאמען סקווירא האט זיין שוהל אלטס געהייסן, נאך פון זיין טאטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2007 09:20 |
|
| |
שיע טייערער האב א ישועה. . עס איז אמת אז הרה"ק רבי יצחק זי"ע האט זיך גערופן סקווערער רבי בעפאר הרה"ק רבי י"י מסקווירא זי"ע איז אנגעקומען.קיין אמעריקא . אבער נאכדעם ווען ער איז נפטר געווארן האט זיך זיין זון אדמו"ר רבי דוד זי"ע נישט גערופן סקווערער רבי . נאר ראביי טווערסקי. (עס נעמט נישט אוועק זיין גרויסקייט. וואס הגאון רבי אהרן קאטלער ז"ל האט געזאגט אויף עהם אז ער איז דער עמוד החסד בדורינו). . קען זיין אז הרה"ק רבי יעקב יוסף זי"ע האט געבעטען פון עהם רשות כדבריך היקרים. . אבער זוך אין אלע צייטונגען און אין די המאור'ס שטייט נאר אויף הרה"ק רבי יעקב יוסף זי"ע סקווערער רבי. נאך תשכ"ח האט אנגעהויבען צו שטיין אויף רבי דוד . האדמו"ר מסקווירא בארא פארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2007 01:07 |
|
| |
HEY
סקווער לאזט נישט שרייבען אויפן בארא פארקער רבי, סקווער אן צולייגען באראפארק נאך פארן שליט"א.
באלד באקומט דער מנהל הפורום א קאל פון העדקוואדער'ס
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 22:56 |
|
| |
עבד עברי
מאכסט א טעות {דאס מאל - חד פעמי}
ווען הרה"ק ר"יי מסקוועירא איז געקומען קיין נו יארק האט ער געבעטען רשות פון זיין שוועסטערקינד פון בארא פארק וואס זיין טאטע איז שוין געווען א סקווערער רבי דאהי, צו ער מעג זיך אויך רופען סקווער, ווייל אין אייראפע האט זיך דער סוווערער רבי זצ{"ל גערופען קאלאראש.
דער באראפארקער רבי האט מסכים געווען.
איך מיין אז דער באראפארקער רבי איז נאך געווען א בחור דעמאלטץ, אין נאך זיין חתונה איז ער אויך געווארען סקווערער רבי, פארשטייט זיך בימי חייו פון זיין שוועסטערקינד.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 03:51 |
|
| |
היינט נאכט איז די יא"צ פון סקווערער רבין פון בארא פארק זי"ע. . כל זמן מרן הרה"ק מסקווירא רבי יעקב יוסף זי"ע האט געלעבט האט זיך דער בארא פארקער נישט גערופן בשם סקווירא. נאכדעם האט מען עהם אזוי גערופן. סתם סקוירא בלי שם לויי מיינט דעם ריכטיגען סקוויערען רבין פון ניו סקווער. . אז מען וויל רעדען פון בארא פארקער .זאגט מען צו סקווערער פון בארא פארק.
סתם למען הנייעס.
|
|
|
|
|