ס'גייט פאר גרויסע קריגערייען צווישען בעלז און פאפא בנוגע די לויה. די בעלזער זענען שטארק באליידיגט פון זיין צוואה אז מ'זאל אים פירן קיין אמעריקא און לייגן נעבן פאפא'ער רב זצ"ל, און ער האט נישט געהייסן זיך פירן קיין ארץ ישראל נעבן בעלזא'ער רב זצ"ל. מיט דעם האט ער פוגע געווען ב"כבוד בית בעלזא". דערפאר מאכן זיי אן ביטערע צרות פאר פאפא בנוגע די לויה. זיי האבן פארלאנגט פון פאפא אז מ'זאל אים לייגן אינעם "אוהל" אין קרית פאפא, אבער פאפא האט נישט מסכים געווען דערצו. מתחילה האט בעלזא געסטראשעט אז אויב מ'לייגט אים נישט אינעם "אוהל", נעמען זיי די מטה קיין ארץ ישראל. פאפא האט זיך נישט דערשראקן, וויסענדיג אז ס'איז דא א "צוואה", און בעלזא קען נישט טוהן וואס זיי ווילן. ווי נאר בעלז האט געזעהן אז פאפא מאכט זיך נישט צו טוהן פון זייערע סטראשונקעס, האבן זיי געמאלדן אז זיי גייען נישט מאכן די לויה אין פאפא, נאר אויסשליסליך אין בעלז (חוץ אין סקווער און אין מאנסי). דער פאפא'ער רב שליט"א, וועלכער איז געקומען היינט צו פארן פון פאלם-ספרינגס צו די לויה, וועט אפווארטן דעם ארון אין קרית פאפא, און דארטיגן בית המדרש. אבער בעלז האט מודיע געווען אז זיי לאזן נישט אריין דעם ארון אין בית המדרש אין קרית פאפא, נאר מ'וועט תיכף גלייך צופארן צום בית החיים. פאפא פלאנט זיך צו שלאגן דערויף. ונראה מה יהיה....
 |
|
|