בית פורומים כל העולם כולו

זאליס דאנקן רבוש"ע - גנב געכאפט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/1/2007 22:41 לינק ישיר 
זאליס דאנקן רבוש"ע - גנב געכאפט!

אין אלע זאלי צענטערן האט מען די וואך געפראוועט געהויבענע קידושים נאך דעם ווען עס איז צושפרייט געווארן די בשורה טובה אז א האלבע פארן זמן שב"ק האט מען געכאפט דעם גנב וואס האט זיך אריין געבראכן אינעם געגנבטן הויז פון ר' זלמן.

פרייטאג נאכמיטאג א האלבע שעה פארן זמן פלוצלונג הערט מען אויף ראסס סט. כאפץ אים אין מען זעהט ווי מענשטן לויפן נאך א גוי וואס האט זיך נארוואס אריינגעבראכן אינעם הויז פון ר' זלמן, און לויפט מיט א באקס אין די האנט.

ווער עס האט הענט אין פיס לויפט נאך, שומרים קומט צו פליען פון אלע זייטן, ענדליך לייגט מען א יד אויפן גנב ביי ליע און ראסס סט., מען כאפט אוועק די באקס פון אים און מען אטעמט אפ אז מען האט די גניבה.

די זאליס זענען זיכער וואס קען מען שוין גנב'נען פון ר' זלמן הויז זיכער א באקס דברי תורה... א באקס ספרים....

אבער דאס האבן זיי זיך שוין נישט פארגעשטעלט עס שטייט אפען באקס גרויס און ריזיג dell, א נייעם dell קאמפיאטער פארן ראבינער האט מען געגנבט!

די זאליס דארטן האבן איינגעפאקט פאר בושות און זיך געזאגט איינעם פארן צווייטען א שאד מען האט דעם גוי געכאפט נאך דערצו אזוי ברבים כחום היום, ווען ער אנטלויפט דערמיט און מען לויפט אים נישט נאך איז די בושות כאטשיג נישט דא.

יעצט איז א שמחה רבה ביי ר' זלמן נאך דעם וואס מען האט געראטעוועט זיין הייליגע קאמפיאטער, און וועט דאס קענען ניצן, און טאקע ליינען דא אויף הייד פארק!

מיר אלע הייד פארק ליינערס זאגן דא פאר אונזער חשובער גולש און מעמבער ר' זלמן, מיר טוען אויך דאנקן און לויבן אז מען האט געכאפט דעם גנב!

הגונב מן הגנב!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2007 00:15 לינק ישיר 

די מיינסט אוודאי אז די קאמפיוטער איז א פשוט'ע קאמפיוטער, וואס איך און די האבן?

זיי נישט קיין נאר.

עס האט א ספעשל קארטעל פאר
 HD TV,
BLUE RAY פון סאני.
בלוטוט
ווייערלעס N
קנאקעדיגע 3D SOUND

אונזער רבי, איז נישט סתם א רעבע.. ער איז א דידזשיטעל רעבע.
ער האט שוין אויך א זשיגאןPOD, אלע זשיגאנס טעיפס זענען שוין פארטיג דידזשיטייזד.

און אויף דעם הייליגן קאמפיוטער האט זיך פארמאסט איינער א שייגאץ עס אוועקצוכאפן...


שייגעץ ארויס! גנב'ע נישט דעם רבינ'ס קאמפיוטער !




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2007 01:57 לינק ישיר 

זשוליאני08

 

אונז פשוט'ע אידילעך קענען מיר זיך נישט אזוי גוט אויס ווי דיר מיט די אלע שמות הנרדפים וואס דו האסט אויסגערעכנט, וואס מסתמא פארמאגסטו דאס אלעס, ביטע ערקלער פשוט פראסט אז אפילו מיר פשוטע מענשטען זאלען דאס קענען פארשטיין.

 

זיי מסביר פון אייגענע ערפארונג!




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-29/1/2007 02:35 לינק ישיר 

יאך ווייס נישט וויאזוי מען קען דארט גנבענען
עס הענגט גרויסע ווידיא מאניטער ארום די גאנצע הויז
פון אלע זייטן
געטס אקוק אויף בעדפארד ביי די לינקע זייט פון אריינגאנג
צו די סוכה הגדולה הענגט א גרויסע ריזיגע מאניטאר
עס נעמט אריין אלעס וואס טוט זיך ארום און ארום ביז ספינקא  און ביז נאך די הייוועי
און ווער עס גייט אריין עסן ביי ר' בערעלע קליין'ס רעסטעראנט
די זעלבע זאך אויף די קארנער בעדפארד -ראסס העכער די ברינען אשר ממנו ישקו העדרים
און די זעלבע זאך אויף ראס גופא
בקיצור מען איז געווידיאט אויף אלע זייטן
קיינער זאל נישט אנשטעלן זיין לעבן אפילו א שפיי טון דארט חס מלהזכיר




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס דאנקן רבוש"ע - גנב געכאפט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext