די ארונים דרייען זיך ארום ווי פארסאמטע מייז, זיי זוכן דעם פאררעטער!
טייל פרובירן צו באשולדיגן די פרומע ערליכע ארונים וואס זיי רופן אן "פארשאלטענע פרומע"
טייל פרובירן צו באשולדיגן א אומשולדיגן אינגערמאן אן ארוני וואס האט געמאכט אן אומגעלונגענעם וויץ פאר זיין חבר אן ארוני פרעגדיג פאר וויפיל געלט ער וואלט געשטימט פאר די זאליס, יענער האט געענטפערט $5000 און ער האט געענטפערט אז ערלעדיגט, פאר דעם וויץ איז ער געווארן דער שעיר לעזאזל.
דער אמתדיגער פאררעטער איז דער וואס האט איינגערעדט די ארונים אז זיי זענען רוב, די בעלי דמיונות האבן זיך איינגערעדט אז ווער עס האט זיך באטייליגט ביי א מסיבה וואס די ארונים האבן געמאכט די לעצטע 7 יאר וועט שטימען פאר זיי, זייער ליסטע פון מענטשן איז געווען געבויעט אויף הוילע דמיונות.
איצט נאך דער גרויסער דורכפאל אנשטאט צו מאכן א חשבון הנפש און זען ווי זיי האבן זיך פאררעכנט, און זיך פרובירן זיך צונזאמען נעמען וואס זיי האבן נאך, מאכן זיי זיכער צו פארטרייבן נאך פון זייער אמתדיגע מענטשן מיט נארישע באשולדיגען, איך קען איין זאך צולייגען keep it on!
נשלח ב-30/1/2007 04:16
ווייסט איינער די ליסטע וואס האט פארלוירן?
לויט ווי איך הער איז נישט געווען אויף די ליסטע קיין איינער העכער 30 יאר
חוץ א פ
איז דאס אמת?
נשלח ב-30/1/2007 03:51
קליינע קאפ, דיין ניק דארף זיין פיצי קאפ
די עכטע געווינער
1) די נארמאלע מענטשען וואס האבן נישט געוואלט זיך לאזן פארדרייען א קאפ פון די ארונישע היץ קעפ.
2) דער מאנטריאלער רב, וואס האט שטארק געארבעט פאר שלום, כאטש יעדער האט אים אויסגעלאכט.
3) דער מאנטראלער דיין,
4) די זאליס, זיי זענען די שטערקסטע געווינער, זיי האבן געוויזען אז אין מאנטריאל זענען די ארונים נישט רוב, און א נייטראלע זאלי געשטימטע ליסטע האט געווינען שטארק.
די לוזערס
1) די ארונים, זיי האבן פארלאנגט די וואלן ווייל זיי האבן זיך איינגערעדט אז אין מאנטריאל האבן זיי א גרויסער רוב, עס האט זיך ארויס געשטעלט אז זיי האבן ארויס געברענגט זייער מאקסימום, און זיי האב נישט געהאט מער ווי 98, עס איז קלאר געווען א גאנצען צייט אז די ארונים האבן געהאלטן אז זיי זענען א גרויסן רוב און זענען גרייט צו טון אלעס און דער וועלט אז עס זאל קומען צו וואלן, און ווען ס'איז געקומען דערצו האבן זיי פשוט נישט געהאט די נומבערס צו געווינען.
בור כרה ויחפרהו
תוקן על ידי דער_אמת ב- 30/01/2007 3:54:40
נשלח ב-29/1/2007 21:53
13 הופער, כא כא כא, אזוי ווי איך האב מורא אז דו וועסט אויסמעקן וואס דו האסט געשריבן פאר מיר לייג איך עס דא איבער.
"האסט פארלוירען אין הער אויף צי וויינען ווי א סאל לאזער אין וויש דיר אפ דיין נאז"
זאג עס נאך איינמאל: ווער האט פארלוירן?
אוודאי די זאליס, זיי פארלירן אלעמאל...
נשלח ב-29/1/2007 20:57
למען האמת
פאר אזא קליינע קהילה אז ס'זאל ווערן צושפליטערט און מזאל זיך "מוזן" טיילן איז נישט געווען כדאי.
און דער עוורידזש עולם האט דאס אזוי פארשטאנען
איעדער ווען עס קומט הייליגע טעג גייט ער צו זיין רבין אדער בלייבט ער אינדערהיים. איז וואס לוינט זיך זיך צי טיילן און עפענען פיצעלע מוסדות?
פארוועמען? פארן רבי'ן שליט"א? פאר די חסידים? פאר קיינעם
4-ק"ק מאנטריאל-ווייל אזא מין זאך ווי נייטראל איז א חלום וואס קען יעדע מינוט צירינען הסבר: אין עני סעקאנד קען א זאלי היץ קאפ דעסיידן צי ברענגן רזל אהין און די געמיטער וועלן פלאקערן נאך אזא טייט רעיס וואלט בעסער געווען א טיילונג אפילו עס איז נישטא מיט וועם .... ווייל די האס לויפט טיף אין מטרעפט זיך יעדן טאג אבער לאמיר חלומ'ען מיט די חלומאקעס ציזאמען אין זען ווען דער וועקער זייגער וועט קלינגען
נשלח ב-29/1/2007 20:18
שור sweet dreams
איך פארשטיי נישט פארוואס די דארפסט באקען דיינע מעשית די האסט דאך סייווי געווינען, געדענק אן ארויני געווינעט אייביג
מעכעל יעדער וועט קענען עולה זיין, מאנטריאל בלייבט נייטראל פאר די נעקסט 4 יאר.
נשלח ב-29/1/2007 19:32
היינט צופרי ווען העסקן החשוב ר' מנחם ליבערמאן ני"ו האט עולה געווען לתורה אינעם גרויסען ביהמ"ד, האט דער צוהיצטער משה פריעדמאן אים אנגעהויבען צו באשרייען מיט יאמערליכע קולות, גלייך איז די ציבור אים באפאלען און ארויסגעפירט משה פריעדמאן פון ביהמ"ד מיט בזיונות.
דערנאך איז ר' מרדכי קאהן צוגעגאנגען צו משה פריעדמאן און אים געזאגט די האסט נישט וואס צו שרייען דא, די ביסט מער נישט אין קהל, און די קענסט נישט שרייען אויף ר' מנחם, ער האט קלאר געוויזען אז ער פארטרעט כאטשיג האלב פונעם ציבור, און אונז דארף מיר זיך צושטעלען צו אים, אז די ווילסט עפעס זאלסטו ארויף קומען צו קהל, די זאלסט נשיט טאן קיין אייגענע אקציעס.
נשלח ב-29/1/2007 15:54
ס'איז דא א פשוטע פראבע צו זעהן ווער עס האט געווינען, אויב וועט מנחם ליבערמאן אדער איצי פערלמוטער עולה זיין שבת דאן האבן די אהרונים געווינען, און אויב נישט, דאס מיינט, אויב וועלן די זאלונים זיי שטערן און נישט לאזן עולה זיין דאן האבן די זאלונים געווינען, כפי ידיעתי איז דאס געווען די איינציגע אישוי ביי די וואלן.
נשלח ב-29/1/2007 15:10
לולא. די קענסט חיים שלמה פונקט ווי איך קען דיין עלטער באבעס קאץ
ווייל ער הייסט נישטאמאל חיים שלמה ער הייסט חיים שמואל
ביזדערווייל האב איך נישט געהאט די געלעגענהייט צו פראווען אז די ביסט א שקרן, יעצט האסטו עס מיר געגעבן מיט א גאלדענעם טאץ
נשלח ב-29/1/2007 13:51
אוודאי איז דא זאליס דארט נאר נישט געניג אפילו צי האבען א אייגענע ליסט
ווען עס וואלט געווען א ליסט פין אהרונים אין זאלונים וואלט די רעזאלט געווען
בערך אזוי
אהרונים 140
זאלונים 80
מען געדענקט נאך די וואלען פין עטליכע יאר צירוק ווי די אהרונים האבען געווינען ביג טיים ווי מען האט נישט מפרסם געווען די רעזאלטאטען למען השלום
דאס וואס די שרייבסט אז "מען האט גענוצט טאטעס און שווערס, ברודערס און שוועסטערס וואס וואוינען אין אנדערע פלעצער אויף די וועלט, צו בעטן און ווארענען זייערע קרובים אין מאנטריאל אז מען זאל וואוטן פאר די אהרונישע ליסט. אויך האבן זיי גענוצט אלע סארט טעראר שטיקלעך צו אפהאלטן סאטמארע חסידים פון קומען שטימען."
האסט פארלוירען אין הער אויף צי וויינען ווי א סאל לאזער אין וויש דיר אפ דיין נאז
נשלח ב-29/1/2007 08:52
מיט גרויס שטאלץ און צופרידנהייט טו איך דא באגריסן דעם געווינס פון די סאטמארע ליסטע!
מזל טוב מאנטריאל! מזל טוב סאטמאר!
ווידעראמאל האט מען אונז געוויזן אז אונזערע הייליגע רביס שלאפן נישט אין הימל. זיי מאכן זיכער אז קיין שום חלק פון סאטמאר זאל ח"ו נישט קומען אונטער די שליטה פון די אהרונים.
פארגעסט נישט איין זאך: די יעצטיגע וואלן אין מאנטריאל האט געדארפט זיין די ערשטע טעסט זינט די פטירה פון רבינו זי"ע נישט מער געדאכט, ווער ס'האט דעם עולם. די אהרונים האבן איינגעריסן וועלטן, זיי האבן פארפירט און געלארעמט. מען האט גענוצט טאטעס און שווערס, ברודערס און שוועסטערס וואס וואוינען אין אנדערע פלעצער אויף די וועלט, צו בעטן און ווארענען זייערע קרובים אין מאנטריאל אז מען זאל וואוטן פאר די אהרונישע ליסט. אויך האבן זיי גענוצט אלע סארט טעראר שטיקלעך צו אפהאלטן סאטמארע חסידים פון קומען שטימען.
אבער ב"ה אז די סטרא אחרא האט פארלוירן. די אהרונים האבן פארלוירן די ערשטע און קריטישע טעסט! די ערשטע וואלן וועלכע האבן געדארפט ווייזן ווער ס'האט דעם עולם.
ווען איך זע ווי פרייליך די ארונים זענען, ביז זיי האבן געמוזט שיקן זייערע אקסן שטויסן אויף היידפארק, ווייס איך פונקטליך ווער סהאט געווינען, און אויך וואו ר' חיים שלמה (וועם איך קען פערזענליך) באלאנגט.
נאר אגב, איך בין גערן גרייט מיט מיין גאנצע הארץ אז מאנטריאל זאל דינען אלס ביישפיל פאר די משוגענע ארונים פון איבעראל, הלואי זאלן איבעראל די נארמאלע ארונים זיך אפטיילן פון די משוגעים, איך גאראנטיר ענק אז ענק וועלן פלוצלונג "געוואר" ווערן אז די זאליס זענען נארמאלע מענטשן מיט וועמען מקען פארהאנדלען. פארשטייט זיך בתנאי אז מרוקט אין די זייט די עקסטרעמע משוגעים.
אפשר וועט עס זיין א גוטע לעסען פאר רעב ארון אליינס אז ער זאל זיך שוין ענדליך אפלאזן פון די יונגע צוהיצטע מענטשן וואס נעמען אים ארום. אויב יא, וועט דאס זיין די גרעסטע געווינס פון די היינט נאכטיגע וואלן!!!!