| נשלח ב-31/1/2007 23:43 |
|
| |
עס איז דא עטליכע קאמפאניס און מדריגות אין קלינען פרוכט און וועדזשטעבלס. דזשעפען קלינינג איז די גרעסטע מדריגה . עס איז זייער א טייערע פראצעדור. עס בלייבט נישט קיין איין שרץ. עס איז דא טשיפ קאמפאניס וואס טוען נאר אבי יוצא זיין און נאכן וואשען בלייבט שרצים. "בודק מאכט עס ביי די בילגסטע קאמפאני סתם אין קאליפארניע . פאר א כסות עינים. אז עס וועט זיין אמאל א געלגענהייט . וועל איך דיר אויף עפעס א אופן ווייזען אלע פיקטשעס פון די מאשינען וואס יענע קאמפאני נוצט צו וואשען. אויך בילדער וויאזוי די שרצים זעהן אויס אין בראקלי נאכן זיין פארפרוירן א שטיק צייט אין פריזער.
בשורה טובה בקרוב ממש וועט געברענגט ווערן די פירות וירקות הצריכין בדיקה פון גרינהאוזעס. וואס מען וועט נישט קענען טרעפען א שרץ אפילו פאר א רפואה. מיטן אייבישטענס הילף.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2007 01:39 |
|
| |
איינער האט מיר געגעבען א ביכל פון OK ווי זיי לערנען אויס די משגיחים ווי אזוי צו רייניגען אין זיכען תולעים.
ווי אויך ביי וועלעכע ירקות איז בכלל נישט שייך צו רייניגען.
עס האט מיר געכאפט אשוידער אז איינע פון די סארט ירקות וואס זיי שרייבען אז עס איז בכלל נישט שייך צו רייניגען פלעג איך קויפען פון בודק, וה' הטוב יכפר.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2007 02:04 |
|
| |
וה' הטוב יכפר "ואשימם בראשיכם". ער וועט לייגען די עבירה אויף די ראשים וואס זענען מכשיל דעם עולם ח"ו(רש"י הקדוש דברים א פסוק יג)
אבער פון היינט אהן טייערע יודען פארלאזט אייך מער נישט אויף בודק. ביז יעצט זענט עטץ געווען שוגגים יעצט ח"ו וועט עטץ אריין אין כלל פון מזידים. למען ספות הרווה את הצמאה. ח"ו די שוגג ווערט א מזיד.
הבודק צריך שיבטל
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2007 02:42 |
|
| |
עבדעברי
די פאר'מיעס'ט דעם היימישען עולם מיט דיינע ווילדע אויסבראכן יעדע צווייטע וואך
כלל ישראל איז נישט אזוי פארדארבן ווי די ווילסט עס אראפשטעלן,
דער משגיח פין בודק איז גארנישט שולדיג אז די האסט געמיינע שלעכטע אייגענשאפטן אין דיר
יעדע וואך איז א צווייטער א שגץ, אין לויט דיר עסט כלל ישראך טעגליך א דאזע ווערים, אין שרצים
מיט חלב עכו"ם, אויסגעמישט מיט נבילות וטריפות,
געניג איז געניג, עפן א אייגענע פארום, אין גרעבטיץ דיר אויס דארט וויפיל עס גייט
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2007 08:33 |
|
| |
ר' יוד וואס דו רופסט דיך טראנט. די התאחדות הרבנים האט דאך אליין ארויפגעשטעלט דעם ריקאל אויף זייערע סטראבעריס. דו זעסט יעצט אליין אז נישט איך האב געמאכט די איבערקערענישען . נאר די מאשין וואס וואשט די סטראבעריס האט איין לאט עכ"פ נישט גוט געוואשען . נו וואס ווילסטו יעצט.
אפשר האסטו א גראסערי און דו ווילסט דוקא פארקויפן די סטראבעריס מיט ווערעם . ווייל דו ווילסט רעכענען א פעטע פרייז. עקסטערע פאר די נישט געוואשענע סטראבעריס און עקסטערע פאר די ווערעם.
נו אז די מאשין וואשט נישט גוט איז שוין צוריק די סטראבעריס בחזקת מיעוט המצוי בתולעים ליגט דאך ווייטער עפ"י שו"ע א חיוב בדיקה מדאורייתא אדער עכ"פ מדרבנן. נו וואס וילסטו יעצט פון מיר.
ח"ו ווער זאגט אז כלל ישראל איז פארדארבען. די ווערעמדיגע סטראבעריס זענען פארדארבען
דער משגיח פון בודק איז טאקע גארנישט שולדיג . איך בין מיט עהם א גוטע פריינד. נאר כלל ישראל דארף זיך אויף עהם נישט פארלאזן. און מיינען אז מען פארלאזט זיך אויף רבנים מיט ברייטע ביבער היטן.
יעדע וואך איז דער זעלבער דער שגץ
עס גלוסט זיך דיר צו עסן סטראבעריס. ביסט גערעכט נו וואס קען איך דיר העלפן. איך וואלט גערן געקענט באשטיין פאר דיר צוצושטעלען סטראבעריס מיט אלע הידורים.
ווילסט פרישע. קענסט קויפן פון א פלאץ וואס עס וואקסט אויך איך נארטערען קאליפארניע אין גרין האוזעס וואס עס קומט צו דעם נישט צו קיין ווערעם. מען קען עס אויך באקומען דא אין ניו יארק אין ספעציעל סטארס. עס קאסט נאר טייער
טאמער ווילסטו פראזען. קויף נישט פון בודק וואס נעמט געפעפערטע פרייזען און מאכט עס ביי קאמפאניס מיט די שוואכסטע עקוויפמענט מיט די שוואכסטע סטענדערס
פארשטייסטו מיין טייערע זיסער יוד לעבען. איך האב מיטלייד מיט דיר דו געסט אויס געלט פאר בודק און דו ווילסט זיין רוהיג אז דו עסט נישט קיין ווערעם ווייל אזוי וואלט געדארפט צו זיין און דערווייל איז ליידער יא דא. איך בין אויך א בשר ודם פונקט וויא דו און איך וויל אויך עסן סטראבעריס מיט בראקלי.
טאמער אונדז אלע וועל מיר אויפהויבן א ויצעקו צו די התאחדות הרבנים און שרייען אז אונדז וויל מיר האבען די בעסטע קוואליטי כשרות. אהנע שום ווערעם נקי לגמרי אזוי וויא א אתרוג. וואלטן זיי געמוזט נאכגעבען פארן קאנסומער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2007 20:01 |
|
| |
באקומען אין אישית:
פליז לייג עס אריין אין פארעם
וואסארא חוזק איז דאס, אז מ'מאכט ריקאלס אויף פראדאקטס און מ'הייסט נישט די דיסטריבוטארס עס צאמקלויבען און צוריקנעמען פון די סטארס
באטור רב האט געמאכט א ריקאל אויף אלע עידן בראקלי, און אלע סטארס זענען נאך פול מיט עידן בראקלי, אפילו די מיל מארט סטארס וואס איז אונטער זיין השגחה האבען נאך, איך האב עס אליין אויסגעטשעקט
בודק סטראבעריס איז אויך דא פיל אין די סטארס [איך ווייס נישט אויב ס'איז פון יענע קויד נאמבער], בודק בראקלי זיכער
וואס מיינט א ריקאל? חוזק מאכען?
|
|
|
|
|