בית פורומים כל העולם כולו

קר"י ת"ת אפגעשפארט וועגן געז ליעק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/1/2007 17:07 לינק ישיר 
קר"י ת"ת אפגעשפארט וועגן געז ליעק

ווידער פאלאטשעק בילדינג איז געווען א געז ליעק אפאר קינדער האבן געחאלעשט. מהאט צוטיילט די קינדער אין כולל, אלטע ת"ת, און נאך בילדינגס.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2007 02:39 לינק ישיר 

העבר אין    דו ביסט ראנג    א וואלאנטיר איז נישט משנה צו ער טוט עס פאר כבוד אדער געלט    AS LONG עס ווערט געטון   און גראדע די פאר נעמען וואס או זאגסט    איך ווייס נישט וואס דו האסט אנטקעגן זיי אבער צוויי פון זיי זענען זייער איבערגעגעבן



דאס שרייבט אן אינסיידער אין עטליכע פון די ארגאניזאציעס



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/2/2007 01:33 לינק ישיר 

איך האלט ס'איז נישט יושרדיג אריינצומישן פאליטיק ווען ס'קומט צו וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס, וואס דיסקרימינירן נישט קעגן קיינעם.

העבר אין, דאס אליינס אז ס'זענען געווען אזויפיל "שונאים", ווי דו רופסט זיי, ביים דינער, ווייזט אז זיי זענען נישט קיין כפויי טובה, און זיי טוען אפרישיעיטן פאר גמ"ח הצלה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2007 00:19 לינק ישיר 

קאמענטאטאר

וויפיל זענען גרייט אריינצוגיין צוליב לעלו'ס אדער סיי וועלעכע סיבה איז סברא און חשבונות, פאקטן זענען דאס נישט

צווייטענס, ר' ש.ש.ק. און ר'. ש.ט. און ר' מ.פ. וואלטן געטוען א טובה פאר קרית יואל ווען זיי געבן אריין זייערע רעדיא'ס, עקוויפמענט און נאמבער

און בנוגע גמח הצלה

איך בין יא געווען ביים דינער, און יא, מען האט טאקע געזעהן "הונדערטער" 'שונאים' וואס זענען באנוצער נישט דרייווער, ממילא גיסטו נאר שטיצע פאר מיין פוינט

דריטענס, ווען איינער איז אנאנים, איז א קאפיטשקעלע מאדנע ווען ער דערקלערט אז "איך" מיין דריי 'קרובים' זענען "גאר" אפטע דרייווערס, און וואס איז ווען די זאגטס אז 15 פון דיינע קרובים, ווער ביזטו און ווער זענען דיינע קרובים, אז איך זאל מעגן האבן די קוראזש צו זאגן פארקערט, מען קען דאך נישט, לא ראיתי אינו ראי', איך ווייס דאך נישט ווער דו ביזט

איך האב שוין געהאט די ליסטע פון גמח הצלה דרייווער אין מיינע הענט אמאל, און איך צוה נישט צוריק פון מיין סטעיטמענט

און בנוגע הצלה, הצלה מיינט די ווייניגסטע מפני כמה טעמים,

אבער בעיקר, איך האב מיר פארגעשטעלט אז עס וועט זיך יאווען איינער מיט א איבערפלוס פון ... וואס פרובירן מיט דעם 'יוצא מן הכלל' אפצופרעגן דעם גאנצן 'כלל', אבער די פאקט טוישט נישט, ווייל יעדער כלל האט א יוצא מן הכלל

און ווי האב איך געהערט אמאל א גוט ווארט, אז 95 פראצענט סאטמארע [אהרונים] זענען סאטמארע און די איבעריגע 5 פראצענט זענען זאלי'ס מיט זייערע נאטורן, און 95 פראצענט זאליס זענען זאליס און 5 פראצענט זענען סאטמארע [אהרונים] מיט זייערע נאטורן, ממילא לויט דעם ווארט, דארפסו האבן 6 פראצענט אפצופרעגן יענעם ווערטל





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2007 00:02 לינק ישיר 

איך גלייך זיך נישט צו מישן, אבער פארדרייען פאקטן טוט מיר וויי, מיר אליינס איז באקאנט עטליכע נעמען פון א.ג. שונאים מיט EMT License (אדער קרוב דערצו) וואס זענען היינט גרייט אריינצוגיין אין די בארימטע ארגעניזאציע הצלה, ווען דער מנהל זאל זיי אריין נעמען, והדברים ידועים...

און וועגן גמ"ח הצלה, פארשטיי איך ממש נישט וואס איר שרייבט דא, זענט איר געווען ביים דינער און טאקע געזען אז ס'איז נישט בנמצא קיין "שונאים" סופפארטער?, ווען ר' בעריש פעלדמאן זאל וויסן אז "זיי" קומען נישט און גיבן נישט קיין געלט וואלט ער לכאורה נישט געטון אזא נארישקייט צום צווייטן מאל (פאר א יאר איז געווען לע"נ ר' יואל גליק ע"ה) און געשטעלט הרב פריעד רעדן,

און דרך אגב אזוי, זענען איך (איך זעלטן צוליב וואס איך ארבעט אין מאנרא עריע) מיט נאך 3 אינערהאלב מיין פאמיליע גאר אפטע דרייווער, און אז די פילע איבריגע דרייען זיך נישט אויף היידפארק פארמינערט דאס נישט זייער זכות, והקב"ה ישלם שכרם.

און אז דו שרייבסט וועגן שבת פעקלעך, אפשר ווייסטו נישט אז ר' זלמן לייב וויינשטאק דעליווערט וועכענטליך בערך 200 פילע ארדערס פאר נויט באדערפנדע משפחות, וואס לפי ידיעתי זענען 35% דערפון נישט קיין "שונאים" (איך ווייס נישט וויאזוי דאס פארקערטע הייסט),

און מיט מרס. כהנא האסטו דען יא גערעדט און געהערט ציפערן וויפיל די אוהבים און וויפיל די שונאים באשטייערן זיך, אתמהה ?

פילייכט איז ההוה_אין פיל א פאסיגער נאמען פאר דיר, זאגן העבר אין האבן שוין פילע באוויזן, ההוה אין איז דיינס א חידוש.

 



תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 01/02/2007 0:41:33




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-31/1/2007 19:17 לינק ישיר 

דשער אמת אריין איז אז די זאליס מיט די בני יואל טארן נישט רופען די מצילי אש ווייל זייי טארן נישט נהנה זיין ח"ו קיין זיז כל שהוא פון די טריפה'נע ווילידזש...

ווען זייערע הייזער ברענען דארפן זיי עס לאזן אפברענען...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2007 19:08 לינק ישיר 

פיינע שידוך

די זאליס און בני יואל זענען אקטיוו אין "אלע" ארגענזאציעס אין קרית יואל

זיי זענען טאקע נישט קיין וואלענטירן, אבער באנוצער זענען זיי די גרעסטע, מערסטע, שווערסטע

אדרבה, פאר נאך גמ"ח הצלה, קוק ווער די דרייווער זענען און וועם מען פיקט אויף

פרעג זיך נאך ביי חברים, וועלעכע אידן, האבן כסדר נישט קיין געז, דארפן א בוסט, שפארן זיך אויס, און חוץ א מיאוסן פסק פארן וואלענטיר

פארציילט מיר איינער א חברים מיטגליד קומט אריין א 'קאר לאקאוט' [איינער האט זיך אויסגעשפארט פון זיין קאר, און די שליסלעך זענען געבליבן אינעווייניג] ביי וואלמארט, דאס הייסט א מינימום פון 20 מינוט אין טאג, [די חברים מיטגלידער זענע אלע ארבעטער, די ליידיגייער זאליס שטופן די צייט מיט אנדערע זאכן] און ווען יענער חברים וואלענטיר קומט אן, רופט זיך אן דער אויסגעשפארטער פון די גרויסע חשובע זאליס ר' א. י. ב. ני"ו, מיט זיין גרויס חכמה, פרעגענדיג דעם וואלענטיר, אויב חברים וואס האט געמאכט א גורל [ וואס איז געווען פאר א האלב יאר צוריק, איינמאל אין דריי יאר] אויב די חברים וואס איז יעצט געקומען איז די זעלבע חברים וואס האבן געמאכט דעם גורל, הפנים, ווען דער זאלי וואלט געקויפט א גורל [ער האט נישט געקויפט] און געגעבן דעם גאנצן צוואנציגער, איז דאך חברים מחויב צו קומען איינמאל און נאכאמאל, אפגעזעהן פון דעם פאקט אז א לאקאוט ווען מען רופט איינעם פאר געלט קאסט "בלויז" א הונדערטער,

דער חברים מיטגליד האט גע'עפענט די טיר, און דערביי אראפגעלייגט א צוואנציגער, און געזאגט פאר דעם גרויסן חכם זאלי, אז דאס איז די רעשט [טשעינדזש] פון דעם גורל

ע"כ המעשה

יעצט די זעלבע איז מיט ביקור חולים, תומכי שבת, מצילי אש, פסח פעקלעך, גמ"ח און די ליסט גייען אן

קרית יואל איז די חלוקה גלייך די סאטמארע געבן און די שונאים נעמען





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2007 18:25 לינק ישיר 

ער דארפ נישט גארנישט פארשטיין, ער ברויך דאס שפירען אויף די אייגענע הויט, געווען וואס האבן נישט געלאזט רופען "הצלה" אום שבת ביז עס האט פאסירט עפעס ביי זיי און שטוב, אין קרית יואל גופא טאקע די ענין פון פייער לעשער איז געווען וואס האבען נישט געלאזט זיי רופען ביז...עס האט פאסירט א שריפה ביי אים אין שטוב, היינט ב"ה ווייסט שוין "כמעט" יעדער די וויכטיגקייט דערפון, צוריק צים ענין, ווען עס קומט אריין א קאל אז א קינד האט געחלשט, אין גלייך דערנאך נאך איינער איז דער 3'טער אויך אוועקגעפאלן בלויז פין זעהן, פרשטייט יעדער בער דעת אז ווער עס האט הענט אין פיס אין ער קען העלפען לויפט גלייך צום פלאץ העלפען מיט וואס מ'קען, אפגעזעהן צו וועלכע ארגעניזאציע ער באלנגט. (וואס איז נאר א שטאלץ פאר די שטאט, וואס האט אזויפיל "וואלענטערישע" ארגענזאציס) אין צו דיר 'יודעל'ע' התגובה נאה לך אין דיין פארטיי, וויפיל פין זיי זענען אנגעשלאסען אפי' אין "איין" ארגעניזאציע צו העלפען אנדערע,?... מיסט נישט ענפערן איך ווייס אליין דעם תירוץ זינט איך בין אליינס אנגעשלאסען אין עטליכע  פון די ארגעניזאציעס. 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2007 15:17 לינק ישיר 

אידעלע. איך ווייס נישט וואו די וואוינסט, אבער איין זאך קענסטו זיין זיכער. כמעט אלע הצלה און מצילי אש וואס זענען געקומען האבען קינדער אין די מוסדות.

די ביסט נישט דארט געווען האסטו נישט מיטגעהאלטען די שרעק, האסט נאר געדארפט הערן פון א קינד צו א מלמד די שרעק וואס איז דארט געווען וואלסטו אלעס פארשטאנען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2007 08:48 לינק ישיר 

נאראנים, איינער האט זיך נאך איינגערעדט אז עפעס איז געשען?

ס'איז נעבעך א ווילידזש פון בעיביס, ווי יעדע קאר האט א לעלו. איינער איז א חברים מעמבער, אן אנדערער איז א הצלה מעמבער, א דריטער א פייערלעשער, און אזוי ווייטער. דערצו האלט די ווילידזש אויף א גאנצע סטעף פון פאבליק סעיפטי קארס, טראקס, מאבילס, קאמענד סענטערס. זיי קוקן ארויס אויף קאטאסטראפעס אז מען זאל קענען אריינברענגען די אלע טראקס אין באנוץ, און אזוי ווי ס'איז נישטא קיין קאטאסטראפעס מוז מען אויפמאכן אייגענע.

קוקטס ווי דער וויטריאל רעדט צו WCBS כאילו ס'וואלט געשען עפעס א סעפטעמבער 11.

תוקן על ידי אידעלע ב- 31/01/2007 8:48:42




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2007 05:44 לינק ישיר 

סוף כל סוף איז עס געווען נאר שרעק, איין אינגל האט ג'חלש'ט און דער צווייטער האט דאס געזען און האט געחלש'ט פאר שרעק און דער דריטער איז בלאס געוורן פון דאס זען    ב"ה יעדער איז פיין



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/1/2007 21:08 לינק ישיר 

http://www.recordonline.com/apps/pbcs.dll/article?AID=/20070130/NEWS/701300334

http://wcbstv.com/topstories/local_story_030103439.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קר"י ת"ת אפגעשפארט וועגן געז ליעק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext