אלט געווען 90 יאר
האט זיך פאראיאר געטראפען מיט הר' מנחם פרוש פון די "אגודה" צום ערשטען מאל נאך מער פון 50 יאר וואס זיי האבן זיך אפגעטיילט - זייענדיג ביז דאן געשוואוירענע פריינד, ארבעטענדיג האנט ביי האנט ביי אלע מערכות למען קדושת ירושלים וכדומה - די "משפחה" האט זיי צוזאמגעברענגט אינאיינעם אין א האטעל, וואו זיי האבן איבערגעשמועסט אלטע זכרונות, און ווי אויך קאנפערירט איבער אלע אידישקייט טעמעס, ווער עס האט למעשה מער מצליח געווען, די "עדה החרדית" צו "אגודת ישראל", ווי הר' מנחם פרוש האט מודה געווען אז למעשה האט די "עדה" געהיטן די "גחלת" אז די "אגודה" זאל נישט צו ווייט פארקריכען, אבער האט ווי פארשטענדליך אויך נישט פארגעסן צו געבן קרעדיט פאר זיך אויך, אז די "אגודה" האט מער אויפגעטוהען פאר די סתם עמך אידען וואס האבן גארנישט געהאט מיט סאטמאר, אז זיי זאלען זיך האלטען ביי אידישקייט, און געבן א חרדי'שע חינוך פאר זייערע קינדער. ווי אויך, האבן זיי געהאט עטליכע דיסקוסיעס איבער פארשידענע אנגעלעגענהייטען. עס איז געווען אויספירליך באשריבען אין "משפחה" דעמאלטס, דאכט זיך ס'איז געווען סוכות תשס"ו - אויב געדענק איך גוט - ווער עס האט עס זאל עס ביטע אריינפאוסטען.
 |
|
|