וואס מיינט דער משה דוד? אז די פאליטישאנס גלייכן זיין גראבן בויך? עס איז די עכסטע צייט אז די וויליאמסבורגער תושבים זאלן אנהייבן ארום שיקן פעקסעס אדער אי-מעילס צו אלע פאליטישאנס, אדער זאל מען צוזאמען נעמען אינטערשריפטן אז דער נוכל ורמאי משה דוד פארטרעט אונז נישט, אדרבה, ער ארבייט אקעגן אונז, וואס מיינט איר וועט זיין די רעאקציע פון די פאליטישאנס ווען זיי וועלן באקומען ציווישן דריי און 5 טויזענט אונטערשריפטן פון ערוואקסענע העכער 18 יאר אז משה דוד פארטרעט אונז נישט, איך בין זיכער אז דאס וועט אויף טוהן צו דערזאך, און איך בין זיכער אז עס דארף נישט זיין קיין פראבלעם צוזאמען שטעלן די טויזענטער אינטערשריפטן.
נשלח ב-2/2/2007 16:15
אזוי ווי די פארגאנגענהייט האט געוויזען אז רענט אין דירות פרייזען האבן א דירעקטע שייכות מיט די אוועיליביליטי פון סעקשען 8
וויל איך דא דאנקען די רשע ניעדערמאן פאר די טובה וואס איז ארויס געקומען פין זיין רשעות
בשם די איינוואינער וואס זענען נישט עליזשעבל פאר די סעקשען 8
די אפליקאציעס ווערן שוין פארטיילט און אנגענומען, טויזנטער פון אלע ערליי ראסן און קאלירן האבן שוין אריינגעגעבן זייערע אפליקאציעס. יעצט איז שוין אוממעגליך עפעס צו טון דערוועגן.
נשלח ב-2/2/2007 00:34
is it possible that mr. niderman should be able singlehandedly to convince the city how to to do buisness? and for them to redo a standard form? just because they wanted bad publicity? im just asking. not that its not possible, everything is possible..............oy gut in himel
and also if it is possible
maybe they have a diffrent reason they did it? maybe they have a different plan of how to make sure that us YIDELECH will get some slots?
maybe if every1 is gonna show up with the predone papers and not realize that new forms are needed , and if somehow "by some onorthodox way" UJO will have those applications b4 it becomes public, maybe it could be a sure win? just thinking aloud
sorry if im not allowed
נשלח ב-1/2/2007 23:58
איך האב געהערט די פרטים ווי פאלגנד:
זיי האבן געהאט אנגעגרייט טויזנט סלאטס. זייער חשבון איז געווען אז זיי וועלן אריינגעבן זייער פרי די אפליקאציעס, היות זיי האבן שוין געהאט באקומען פון פאראויס אפליקאציעס און זיי האבן עס געהאט גרייט אריינצוגעבן תיכף ומיד, וואס דער כלל ביי די זאכן גייט אז כל הקודם זכה, אדער ווי זיי זאגן: "פוירסט קאם פוירסד סערווד", במילא וועלן די 1200 אפליקאציעס זיין פון די ערשטע אויף די ליסטע פראצעסירט צו ווערן, און אויטאמאטיש האבן זיי גאר גרויסע שאנסן אריינצוקומען אינעווייניג.
דער עסק איז אונטערגענומען געווארן דורך 2 גרויסע עסקנים, ריין לשם שמים. זיי האבן געבעטן עפעס געלט פאר זייערע הוצאות אבער אלעס איז געגאנגען פאר זייטיגע הוצאות, נישט פאר קיין שום פריוואטע קעשענע.
די אנדערע ארגאניזאציעס האבן אבער נישט פארגינען פאר די עסקנים, האבן זיי אויסגע'פועל'ט אז מען וועט מוזן פארמאגן שפאגל נייע אפליקאציעס, און ס'איז נישט גוט די אלטע סארט אפליקאציעס, אזוי ארום זענען די אלע אפליקאציעס וועלכע זענען שוין אויסגעשטעלט און אריינגעגעבן געווארן נישט ווערט דאס פאפיר אויף וואס זיי זענען געשריבן, ווייל מ'מוז האבן די נייע סארט אפליקאציע, וואס מ'קען נאר באקומען אין די שטאטישע האוזינג אפיסעס.
עקסטער האט די שטאט געמאכט נאך א תנאי, אז די ליסטעס עפענען זיך ערשט דעם צוועלפטן אין פעברואר, אזוי אז ביז דאן וועלן שוין האבן אריינגעקומען טויזנטער אפליקאציעס פון איבעראל, און דער גאנצער זכות קדימה וואס די פריע אפליקאנטן וואלטן געהאט איז צורינען.
לכאורה איז עס גאנץ אן ערנסטער פערמאנענטער שאדן פאר הונדערטער מאחינו בני ישראל. לאמיר האפן אז א באדייטנדער טייל פון די באטראפענע זאלן כאטש באקומען א צווייטן שאנס דורכ'ן לענגערן פראצעדור.