איינע פון די צענטערס וואס העלפן ארויס אידן מיט פראבלעמען און פראגעס
וואס מען האט מיט סעקשן 8,זענען די באוואוסטע 'דירות פארמיטלונג' וואס
האבן ספעצילע מענטשן וואס זיצן און געבן זיך אפ מיט אויסהערן אלע סארט
שאלות, אויספילן פאפירן, און דאס אראפטראגן צו די רעגירונגס אינסטאנצן.
(ווי אויך האבן זיי אפטיילונגען פון פארקויפן און פארדינגען דירות).
אנהייב
האבן זיי נישט גערעכנט קיין געלט פאר דער סערוויס, אבער מיט דער צייט
זענען זיי קלוגער געווארן, און פאר א פרייז פון פינף און צוואנציג דאלער
קען מען האבן אן אוידיענץ מיט הרב הערשקאוויטש ני"ו וואס אפי' פאר א מינוט
צו רעדן מיט אים ברויך מען צאלן דעם פרייז. און מען קען זען ווי עס
שלענגלט זיך א שיינער ציבור די עטליכע מאל א וואך וואס ער זיצט דארט.
ווען
עס איז געקומען די נייעס איבער די פריש געעפנטע סלאטס פון סעקשן 8 וואס
מען גייט בקרוב אויסטיילן, האבן זיי זיך צוגעכאפט דערצו, און פארן פעטן
פרייז פון פופציג דאלער האט מען געקענט אראפגיין צו זיי אין אפיס צו
באקומען אן אפליקאציע, עס אויספולן, צוריקברענגען און זיי האבן עס געזאלט
אראפטראגן צו די ריכטיגע אפיסעס.
די זעלבע סערוויס האט מען אויך
געקענט באקומען ביי די יו. זשעי. או. אן צאלן קיין פיאסטער (זיי האבן
גענוג געלטער פון די רעגירונג אזוי אויך - עס מוז דא ארויסגעברענגט ווערן
די ארבעט פון סי. זשעי. סי. וואס ווען נישט זיי זענען געגאנגען אין
קאמפעטישן מיט די פריערדערמאנטע קאמפאני, וואלט מען ניטאמאל געוואוסט אז
עס איז דא אין וויליאמסבורג א ארגאניזאציע מיטן נאמען: UJO) אבער פילע
אידן האבן דאס נישט געוואוסט און האבן ארויסגענומען דעם פופציגער פאר
'דירות פארמיטלונג'.
איך בין נישט באקאנט מיט די פרטים. אבער פאר
געוויסע סיבות האבן זיי נישט געקענט באווייזן דאס וואס זיי האבן צוגעזאגט,
און קיין שום אפליקאציע וואס מען האט פון זיי באקומען איז נישט ווערד מער
ווי דאס שטיקל פאפיר.
לויט ווי עס הייסט גייען זיי נישט צוריקגעבן
קיין פרוטה פון די געלטער וואס זיי האבן גענומען פונעם ציבור. איז די
פראגע אויב זיי האבן רעכט דאס צו טאן. זייער טענה איז אז זיי האבן געדארפט
אויפנעמען מער מענטשן צו קענען סערווירן אזא גרויסער עולם וואס איז
געקומען אין די מאסן.
איך גלייב אבער אז זיי האבן געמאכט א גרויסן פראפיט פון נעמען פופציג טאלער פאר עטליכע מינוט ארבעט.
נשלח ב-5/2/2007 00:20
איך זע נישט די ספק אפילו אז ער זיי זאלן דארפן צוריק געבן די געלט
_________________
נשלח ב-5/2/2007 20:14
קיין שום ספק?
אויב האבן זיי זיך אונטערגענומען צו זען אז אלעס זאל דורכגיין, איז פשוט אז זיי דארפן יא מיט עפעס צוריקצאלן די וואס האבן איינגעלייגט געלט אויפן סמך אז זיי האבן איינעם וואס זארגט זיך אז עס זאל קלאפן.
נשלח ב-5/2/2007 20:23
עס איז א חו"מ שאלה.
נשלח ב-5/2/2007 21:12
ריכטיג.
נשלח ב-5/2/2007 21:14
זיי דארפן גארנישט באצאלן עס איז ניטאמאל א שאלה
אבער זיי זענען חיות פארן דאס טוען
איך האב אויך געהערט אז זיי זענען די וואס רוקן ארויפ די פרייזן פון די דירות
ביטע מברר זיין אויב דאס איז אמת איך האב דאס געהערט פון איינעם (אין איך געלייב דאס נישט)
אין ווער עס האט געהאט אביסל עקספיריעס מיט זיי זאלן ביטע שרייבן
לויט ווי איך האב געהערט אז דאס ארבעט בערך אזוי
ווען זיי זוכן פאר אייך א דירה דארף גיין פאר זיי א חודש רענט ד.ה. אז אויב די רענט איז1500
צאלסטו פאר זיי 1500 במילא זוכן אז די פרייז פון די רענט זאל זיין ווי העכער {וויל איך פרעגן ווייל
די ווילסט מאכן די 2-300 דארף יענער צאלן 2-300 מער זיין גאנץ לעבן}
במילא דער לענדלאר פרייד זיך זייער שטארק צו אים
איך שרייב נאכאמאל
מען זאל דאס מברר זיין אויב ס'איז אמת
ביטע שרייבן אייער עקספיריענס מיט זיי
נשלח ב-6/2/2007 02:57
עס ווענדעט זיך וואס זיי האבען צוגעזאגט צו טון . אדער וואס זיי האבען אדוועטייזד אז גייען טון.
טאמער האבען זיי צוגעזאגט אז גייען עס ערלעדיגן איז עפעס אנדערש. און טאמער זיי האבען נאר געזאגט אז וועלן פרובירן.. דעמאלס איז דאס געלט נאר שכר טירחה.
בכלל אזוי יוויא ידידינו היקר "אנאליזירער" זאל זיין געזונט. האט געזאגט אז עס איז א חו"מ שאלה. . דארף מען אויסהערן אויך זייער צד כהלכה.
נשלח ב-6/2/2007 03:27
עבד איך זע פון דיינע ווערטער אז די קענסט נישט חו"מ אין כשרות ווייסטו טאקע אסאך אבער נישט
איבעראל דארפסטו אריין שטעקן דיין נאז נאכדערצו ווען די ווייסט נישט (למשל לשיטתך: אויב זיי
האבן געזאגט אז זיי גייען עס ערלעדיגן דארפן צוריק זיי באצאלן וויל איך פרעגן פארוואס?
ערלעדיגן
מיינט ערלעדיגן, אפטראגן אין אפיס אין שוין)
לויט ווי איך פארשטיי, האבן זיי געטיען אלעס וואס זיי האבן ציגעזאגט אז זיי גייען טיען
דהיינו, 1}זיי האבן אויסגעפליט/געהאלפן אויספילען אפליקעשן 2}זיכער געמאכט אז אלעס שטימט 3} אריינגעטראגן/אריינגעשיקט צי די סיטי 4}גארבייט/ געש'תדלט אז עס זאל אדורוכגיין די אפליקעשינס
קיינער האט נישט ערווארטעט אז זיי זאלן בפועל אפרעווען די אפליקאציעס, יעדער האט געוויסט אז עס ליגט נישט אין זייערע הענט
יעדער האט געוויסט אז עס איז דא א טשאנס, אז ער וועט נישט באקימען קיין סעקשן 8, ווייל אפילו לויט זיי האבן אויך נישט "אלע" אפליקאציעס געדארפט ווערן אפראווד
יעדער האט פארשטאנען אז די גאווערמענט פראגראם, ביז מען באקימט עס נישט, איז אייביג דא א שטאנס, אז מחמת איזה סיבה שיהא, אז מען זאל עס נישט באקימען
"יעדער" וואס האט דארט אויסגעפילט א אפליקאציע, ווייסט אז עס זענענן דא נאך ארגענעזעשינס, וואס פילען אויס בחינם, זיי האבן עס דארט אויסגעפילט ווייל זיי האבן געמאכט א {פאלשע} חשבון אז דארט וועט עס ענדערש אדורוכגיין
לאור האמור הנ"ל, פארשטיי איך, אין איך טראכט, אז זיי מצדם זענענן זיי נאכגעקימען וואס עס איז מידים שייך צי טיען,
אין אויף דעם דארפן זיי ווערן באצאלט, אפגעזען אז למעשה האבן די אלע אידן נישט למעשה באקימען די פראגראם, זעט אויס אז עס איז נאך נישט געווען באשערט
נשלח ב-6/2/2007 03:40
איך האב אויך געצולט 50$ אין איך האלט אז ער דארף נישט צריק געבען דאס געלט
וויל ער איז נישט שולדיג
_________________
אוהב את כולם באמת
נשלח ב-6/2/2007 04:37
טאמעטא. אזוי וויא דו קענסט זייער גוט חו"מ. און דו זאגסט אז אפילו זיי האבען צוגעזאגט צו ערלעדיגן. דארפען זיי נישט באצאלען.נו! זאג מיר דו דעם מראה מקום פון די הלכה. (איך קען דאך נישט חו"מ לדעתך. דארפסטו יעצט ווייזן דעם מקור הדין.) אז דו וועסט מודה זיין אז דו ווייסט נישט. דעמאלס וועל איך דיר אנצייכענען מקור הדברים
נשלח ב-19/2/2007 06:26
if i'm not mistaken he gave back the money
& I don't believe that it's fair to have Tanos & when he l'maseh give's back the money no one should say anything