בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דער פעדער האט זיך מיר אויסגעטרוקענט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/2/2007 18:16 לינק ישיר 
דער פעדער האט זיך מיר אויסגעטרוקענט

שוין א לאנגע צייט וואס איך קלער און וויל עפענען אשכולות עס זאל זיך טון אביסל, אבער עס גייט נישט. איך קוועטש דעם קנעפל "הודעה חדשה" און איך טראכט אהער און אהין,, עס גייט נישט.

וואס זאל איך שרייבן? איך טראכט פון דעם און פון יענץ, אבער עפעס גייט עס נישט.
וועלכע טאפיק זאל איך אויפברענגען? וואס קען איך שרייבן עס זאל זיין אינטערעסאנט פאר יעדן?

שטיי איך אזוי ביים באקסל און איך ווי ל אריינריקן אפאר שורהלעך און און עפעס מאכט זיך .

אפאר ווערטער זענען זיך ארויפגעלאפן דא.

ווער קען מיר העלפן?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/2/2007 03:08 לינק ישיר 

איך קען דיר געבן אביסלע סחורה אין וואס אריינצוקלערן, ווי צום ביישפיל:

 

וואס איז די מקור???

 

פון וואו נעמט זיך אז מען טאר נישט עסען די עק פון א ברויט אדער א חלה וויל עס איז "קשה לשכחה"?

 

וואו איז די מקור אויף די באבעס גערעדאכטס אז: [נון נון נון] "א איד טאר נישט קניען"?

 

וואס איז די פשט:

 

ווען עס איז דא א תערובות פון אינגלעך און מיידלעך זאגט מען: "חמערייזל [חמור-אייזל] פוטעררייזל [פטר-חמור, אייזל], אינגלעך און מיידלעך"!

 

וואס איז פשט פון "שלי'מזל"?

 

"ווען די תורה וואלט געלאזט שווערן וואלט איך געשוואוירען"! [אויב גייט דאס אריין אין כלל פון "נישט אין שבת גערעדט", קען מען דאך זאגען "איך שווער, נישט אין תורה (תורה'דיג) גערעדט!]

 

אזוי איז דא פיל זאכען אין וואס אריינצוקלערן, ואטו כי רוכלא ליחשב וליזל. אויב עס וועט קומען אנטווארטן אויף דעים וועל איך ארויפברענגען נאך אביסל, און אז נישט קנצי למילין וועל איך דא קאנטשען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/2/2007 21:17 לינק ישיר 

וואס קוועטשט דיר אזוי צו שרייבן?

פעלן דען נושאים?

דא האסטו עטליכע:

פארוואס טוהט מען נישט אן קיין קוטשמע אין די קאלטע טעג?

וואס קען געטוהן ווערן צו דעם מצב הפרנסה פאר די וואס האבן נישט קיין געלט צו אינוועסטירן.

פארוואס זענען נישטא קיין היימישע אידן ביי רעגירונג פאזיציעס?

שרייב, זאל מען האבן עפעס וואס צו ליינען דא.

מיט דאנק.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/2/2007 19:41 לינק ישיר 

ביסט דאך יא א חכם.

אנדערע שרייבען אפילו ווען זיי האבען נישט וואס, עס רינט זיי ווי א סוער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/2/2007 19:19 לינק ישיר 

די עצה היעוצה אין דער פאל, צו ריידן איבער די "סוגיא" פון

מילא בסלע, שתיקא בתרין....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דער פעדער האט זיך מיר אויסגעטרוקענט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext