איך קען דיר געבן אביסלע סחורה אין וואס אריינצוקלערן, ווי צום ביישפיל:
וואס איז די מקור???
פון וואו נעמט זיך אז מען טאר נישט עסען די עק פון א ברויט אדער א חלה וויל עס איז "קשה לשכחה"?
וואו איז די מקור אויף די באבעס גערעדאכטס אז: [נון נון נון] "א איד טאר נישט קניען"?
וואס איז די פשט:
ווען עס איז דא א תערובות פון אינגלעך און מיידלעך זאגט מען: "חמערייזל [חמור-אייזל] פוטעררייזל [פטר-חמור, אייזל], אינגלעך און מיידלעך"!
וואס איז פשט פון "שלי'מזל"?
"ווען די תורה וואלט געלאזט שווערן וואלט איך געשוואוירען"! [אויב גייט דאס אריין אין כלל פון "נישט אין שבת גערעדט", קען מען דאך זאגען "איך שווער, נישט אין תורה (תורה'דיג) גערעדט!]
אזוי איז דא פיל זאכען אין וואס אריינצוקלערן, ואטו כי רוכלא ליחשב וליזל. אויב עס וועט קומען אנטווארטן אויף דעים וועל איך ארויפברענגען נאך אביסל, און אז נישט קנצי למילין וועל איך דא קאנטשען.