וואס מיינסטו "די סטייל"? מיינסט צו זאגן חזנות? אדער מיינסט צו זאגן ליפא?
ליפאס הלל טעיפ האט נישט א ספעציעלע סטייל נאר סאיז צאמגעשטעלט לויט ליפאס געשמאק פון פארשידענע סארט קאטאגאריעס, יעדע ניגון לויפט זיך אייגנארטיג אבער דער כלליותדיגער רוח פונעם טעיפ איז מער מוזיקאליש געשטימט ווי זיינע געהעריגע "נייע ניגונים" טעיפס
כדי צו ענטפערן דיין שאלה פארלאנגט זיך אז זאלסט זיך בעסער מסביר זיין, כקען אבער רעקאמנדירן איין טעיפ וואס קומט צום געדאנק - הגם סאיז לגמרי נישט אינגאנצן ענליך צו ליפאס הלל, פארמאגט עס אבער געוויסע ענליכקייטן און אויב כפארשטיי ריכטיג וואס דו זוכסט וועט עס דיר גאנץ זיכער צופרידנשטעלן - דער טעיפ איז פון אברמי ראטה און סהייסט "מלאכי השרת" מיט הפלא ופלא מוזיק אראנדזשירונגען דורך מונה ראזענבלום
דא קענסטו הערן סעמפלס:
http://www.mostlymusic.com/avremi-roth-malachei-hashores-p-2281.html