נשלח ב-6/2/2007 01:54
וואס זאגט איר צו "גלאבאלע אנווארעמונג"??? שפירענדיג די איצטיגע וועטער אויף די אייגענע הויט, אזש די אויער איז מיר שיעור-נישט אראפגעפאלען היינט אינמיטן שפאצירען אין גאס, ווער רעדט נאך פון די פינגערס וואס זענען פארפרוירען געווארן דערמאנענדיג די שפאנענדיגע ערציילונגען וואס מהאט געליינט אלץ קינד וואס די ביכער שרייבען אויף סיביר, קאסט עס א הילכיגע געלעכטער אויף די אלע פארשערס וואס פארפירען און טומלען שטענדיג איבערן טעמא פון "גלאבאלע אנווארעמונג", און ווען עס קומט נאר אן עפעס א שטיקל ווארימע וועטער, און ווער רעדט נאך אויב עס ברעכט אמאל א רעקארד, א שטייגער ווי פארגאנגענע חודש ווען עס איז געווען 72 דעגרי! זענען זיי אלעמאל דא צו שרייען: קוקטס נאר ווי גערעכט אונז זענען, אלעס איז נאר ווייל עס צוגייט שטיקער פון די אוזען שיכט ארום די וועלט, און עס גייט חרוב צוליב די אלע גאז און פאלוזשען וואס מען לאט ארויס אן קיין מינדעסטע אפהאלט, און די זון שטראלען - אריינגערעכנט אויך די נישט געזונטע שטראלען - שטראמען אריין אין די וועלט אן קיין אויפהער, און נאך אביסל וועלן זיך די אלע אייזבערג זיך צולאזען, אזש עס גייט קומען א 2'טע מבול, און ס'איז אויס וועלט... נישטא ווער ס'זאל נעבעך לאכען.
אבער אינטערסאנט - באמת שוין גאר נישט אינטערסאנט, ס'איז גאנץ פארשטענדליך - וואו זענען זיי יעצט ווען עס קומט אזעלכע קאלטע וועטערס ווי די טעג, וואס ברעכן פארקערטע רעקארדס, באהאלטען זיי זיך אין מויזען לעכער און מען הערט נישט פון זיי קיין פיפס??? פארוואס פרובירען זיי נישט יעצט פארצושלאגען געזעצען אין די UN אדער אין סענאט אז מ'זאל נישט טארן פארנוצען אזויפיל געז אן קיין חשבון צוליב "גלאבאלע אנווארעמונג"??? זעט אויס אז זיי האבן זיך נישט צוגעגרייט גוטע מאנטעלן און הענטשוך פאר אזוילכע צייטען, במילא קענען זיי זיך נישט באווייזען זייער פנים אויפן גאס...
נשלח ב-6/1/2008 09:08
איך האב אויך אמאל געמיינט...
נשלח ב-4/1/2008 07:43
ווי זענען די ליבס יעצט?
עס איז דאך אזוי קאלט יעצט וואס איז געשעהן?
איך האב געמיינט אז ס'איז דא גלאובעל ווארמינג?
_________________
Stop Hillary Express
נשלח ב-16/4/2007 23:58
שמש_דמתא אין אן אנדערע פורום
א "גלאבעל ווארמינג" ראלי אין די שניי...
האסט שוין אמאל געהערט די מעשה פון איינער וואס זיין פוס האט זיך פארפרוירן און מהאט עס אנגעווארעמט מיט שניי, ווי שטארק ער האט זיך געפרייט צו די שניי מיט וואס מהאט אנגעריבן זיין פוס?
בערך אזוי האבן אויסגעקוקט די ארום 15 מענטשן, און 2 דאגיס, וואס האט געמאכט א ראלי פאר גלאבעל ווארמינג אינמיטן די העפטיגע שניי...
נשלח ב-13/4/2007 20:32
ערב פסח געדענק איך זיכער א שניי מיט א פאר יאר צוריק.
נשלח ב-13/4/2007 20:17
מבני_בניו שרייבט אין אן אנדערע פורום בהאי לישנא:
יעצט איז שוין די לעצטע טעג פון חודש ניסן. די בוים וואו איך זאג געווענטליך איז נאכנישט אויפגעבליט, וואס טוט זיך ביי אנדערע פלעצער?
וואו נאך קען מען זאגן ברכת האילנות אין וויליאמסבורג? בארא פארק? קרית יואל? מאנסי?
ווי אויך פנחס_מיילעך שרייבט אין אן אנדערע פורום כהאי לישנא:
רעקארד פסח קעלט
קעלט און שניי מאכט רעקארדס אין גאנץ אמעריקע, אין אסאך פלעצער איז שוין נישט געווען אזוי קאלט פאר איבער הונדערט יאר.
אין ניו יארק געדענקט מען נישט אזא זאך סזאל שנייען פסח. פאריגע וואך דאנערשטיג האט געשנייט אביסל אינמיטן טאג.
אין מישיגען האט געשנייט 44 אינטשעס.
אין האלב אמעריקע גייט מען נאך מיט קאוטס. סאיז ארום 45-50 דעגרי נידעריגער ווי נארמאל אין אזא צייט.
וואס זאגט איר יעצט צו "גלאבאלע אנווארעמונג"???
נשלח ב-8/3/2007 00:32
נעכטן גייענדיג אויף די גאס, האב איך צו זיך געטראכט, "אה, ווי געשמאק איז דער וועטער", זיכער קומט דער "אנגענעם ווארעמער וועטער פון דעם גלאבאלן אנווארעמונג"....
אפאר גוי'שע נארישע סייענטיסטן דארף איינפאלן א שגעון, און עולם גולם מאכט דערפון א וועזן...
"ובתבונה משנה עתים ומחליף את הזמנים", דער רבוש"ע האט איינגעשטעלט א פארטיגע בלופרינט פון ששת ימי המעשה ביי בריאת העולם, און די גויים זאלן זיך נישט זארגן פאר די "לעכער אין די אוזאון"...
נשלח ב-7/3/2007 23:23
בכלל די גאנצע דרשה פון הערשל פרי"מ אויף קול מבשר האט נישט קיין פשט.
ער זאגט אז די ראי' איז, אז ס'איז דא געוויסע בערג וואס האבן זיך נישט צולאזט ביז היינט הויבן זיך אן צו צולאזן. נו מאן יימר אז די זעלבע בערג פון פאר א יאר מוזן זיך נאכאמאל צולאזן? ס'איז דאך שוין צולאזט געווארן.
שנית, ער זאגט איבער די מאס טעג פון יאר וואס איז קאלט דאס איז די ראי', פארוואס זאל מען אזוי זאגן? אפשר קוקט מען אויף די איכות פון די קעלט?
נשלח ב-7/3/2007 01:50
די וועלט דארף נישט חרוב ווערן פאר ביאת המשיח, נאר נאך ביאת המשיח, ווי עס שטייט "שיתא אלפי שנין הוי עלמא וחד חרוב" (מס' פסחים צ. בערך)
נשלח ב-7/3/2007 01:15
שמעק טאביק דו שרייבסט אז דער רבש"ע פירט די וועלט מיילא האסטו נישט קיין מורא פון גלאבאל ווארמינג זעה דעם מדרש בראשית רבה (א) י"ג ראה את מעשה האלהים כי מי יוכל לתקן את אשר עותו בשעה שברא הקב"ה את אדם הראשון נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן ואמר לו ראה מעשי כמה נאים ומשובחין הן וכל מה שבראתי בשבילך בראתי תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי שאם קלקלת אין מי שיתקן אגב פון נעמען די כותבים החשובים אז די וועלט דארף חרוב ווערען בעפאהר ביאת המשיח?
נשלח ב-6/3/2007 23:52
איך פארשטיי אז ביים סדר וועט זיין 10 אינטשעס שניי.
_________________
נשלח ב-6/3/2007 22:51
וואס מיר האלטן היינט, אדער וואס מיר וועלן האלטן נעקסטע וואך ?...
נשלח ב-6/3/2007 22:12
דעים פרייטאג ווען עס איז געווען העכער 50 האב איך שוין געוואלט דא מגיב זיין לטובת אוהדי "גלאבאלע אנווארעמונג", נאר איך האב געוואלט ענדערש צו ווארטען ביז נאך פורים זעהן צו עס האלט טאקע אן ביז דאן, און קענען מוסיף זיין, אז ווער געדענקט דען ניטש אונזערע צייטען פורים זייענדיג קינדער ווען מען פלעגט פורים ווארפען שניי-באלען איינער אויפן צווייטען און זיך גליטשען אין די שניי, און דא היינט צוטאגס איז אזוי ווארעם אז מען דארף ניטאמאל קיין מאנטעל...
אבער היינט - ווען מיינע פינגערס זענען מיר פארפרוירען געווארן זייענדיג אין גאס א קנאפע עטליכע מינוט, און מיינע אויערן זענען מיר שיעור נישט אראפגעפאלען פונעם געזיכט - איז מיר אלעס אנטרינען פון אונטער די הענט און צורינען ווי א זייפען בלאז, און איך מוז מודה זיין אז אלעס וואס זיי זאגען איז שטותים והבלים!
נו, וואס האלט איר???
נשלח ב-11/2/2007 04:23
מאנטריאלער איך ווייס נישט פון וואס די רעדסט,
די לעצטע צוויי וואכן איז דא אזוי קאלט!
די "לאקאלע" ווארעמונג איז נישט גענוג, מען דארף דא "גלאבאלע" ווארעמונג.
נשלח ב-9/2/2007 19:56
ביי אונז אין מאנטריאל פלעגט זיין מיט ממש א פאר יאר צוריק הויכע שנייען מיט שטארקע קעלט במשך גאנץ ווינטער.
דאס יאר איז כמעט קיין שניי נישט געווען.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
1 2 1 2 סך הכל 2 דפים.
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.