איך פארשטיי אז ביים סדר וועט זיין 10 אינטשעס שניי.
_________________
נשלח ב-7/3/2007 01:15
שמעק טאביק
דו שרייבסט אז דער רבש"ע פירט די וועלט מיילא האסטו נישט קיין מורא פון גלאבאל ווארמינג
זעה דעם מדרש
בראשית רבה (א) י"ג ראה את מעשה האלהים כי מי יוכל לתקן את אשר עותו בשעה שברא הקב"ה את אדם הראשון נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן ואמר לו ראה מעשי כמה נאים ומשובחין הן וכל מה שבראתי בשבילך בראתי תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי שאם קלקלת אין מי שיתקן
אגב
פון נעמען די כותבים החשובים אז די וועלט דארף חרוב ווערען בעפאהר ביאת המשיח?
בכלל די גאנצע דרשה פון הערשל פרי"מ אויף קול מבשר האט נישט קיין פשט.
ער זאגט אז די ראי' איז, אז ס'איז דא געוויסע בערג וואס האבן זיך נישט צולאזט ביז היינט הויבן זיך אן צו צולאזן. נו מאן יימר אז די זעלבע בערג פון פאר א יאר מוזן זיך נאכאמאל צולאזן? ס'איז דאך שוין צולאזט געווארן.
שנית, ער זאגט איבער די מאס טעג פון יאר וואס איז קאלט דאס איז די ראי', פארוואס זאל מען אזוי זאגן? אפשר קוקט מען אויף די איכות פון די קעלט?
נשלח ב-8/3/2007 00:32
נעכטן גייענדיג אויף די גאס, האב איך צו זיך געטראכט, "אה, ווי געשמאק איז דער וועטער", זיכער קומט דער "אנגענעם ווארעמער וועטער פון דעם גלאבאלן אנווארעמונג"....
"ובתבונה משנה עתים ומחליף את הזמנים", דער רבוש"ע האט איינגעשטעלט א פארטיגע בלופרינט פון ששת ימי המעשה ביי בריאת העולם, און די גויים זאלן זיך נישט זארגן פאר די "לעכער אין די אוזאון"...