| נשלח ב-11/2/2007 18:58 |
|
| |
אוהעל, אונגארן (נייע ביה''ח)
מערערע זיצונגען זענען פארגעקומען צווישן די בני המשפחה, ווי אויך
א אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א. די
חשוב'ע ענגע קאמיטע, וואס האט זיך פארמירט צוליב דעם שאקירנדן
מצב ווי עס עפענען זיך כסדר פלוצים ריזיגע גרובער אינמיטן בית החיים,
געבן איבער מיט גרויס צופרידענהייט אז ס'איז ב"ה באשטעטיגט
געווארן אונטערצונעמען די גרויסארטיגע פראיעקט, ווי עס וועלן זיך
אי"ה באטייליגן אנגעזענע עקספערטן פון אמעריקא, מיטנעמענדיג גאר
סאפיסטיקירטע מאשינן, צו שטודירן און איבערגעבן בס"ד די פאסיגע
לעזונג וויאזוי צו באהאנדלען די שוידערליכן צושטאנד.
די ריזיגע אונטערנעמונג איז צושטאנד געקומען דורך די איבערגעגעבענע
עסקנות פון עטליכע יוצאי העיר, און אדאנק די ווארעמע שטיצע פון
משפחת טייטלבוים נכדי הרה"צ ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, משפחת לאנדא
נכדי הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא ז"ל, און משפחת קליין נכדי הרה"ח ר'
יעקב קליין ז"ל. די קאמיטע ווערט יעצט אויסגעברייטערט אנשליסענדיג
פיל אפשטאמיגע פון איבער די וועלט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2007 19:00 |
|
| |
הומענע, סלאווקיי
הרה"ג ר' נח אייזיק אלבוים שליט"א אב"ד הומענע האט זיך באטייליגט ביי
א אסיפה, ווי ס'איז פונקטליך אויסגעשמועסט געווארן אלע פרטים, וואס
פאדערט זיך אין ארדענונג צו ברענגען דעם גרויסן ביה"ח און הומענע. די
גענצליכע רענאוואציע ווערט אי"ה געפלאנט אויף קומענדיגן זומער.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2007 19:02 |
|
| |
קולטשע, אונגארן
א נייע גדר איז געבויעט געווארן ארום די גאנצע ביה"ח, און אלע מציבות זענען
פארראכטן געווארן. אדאנק די ווארעמע שטיצע פון הרה"ג ר' משה טובי'
ווייסבערגער שליט"א אב"ד בודאפעסט א ידיד נאמן בלב ונפש פאר אבותינו.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2007 19:03 |
|
| |
וואלקא, ראמעניא
מיט די הילף פון הרה"ח ר' פייבוש ראזענבערג שליט"א ומשפחתו החשובה,
זענען אלע מציבות אויפגעהויבן און פארראכטן געווארן, און צוויי זייטן פונעם
נייעם גדר זענען שוין אויפגעבויעט. די ביה"ח געפונט זיך אויף א הויכן בארג און
עס דארף געבויעט ווערן א ספעציעלע שוץ מויער ביים שיפקייט פונעם בארג כדי
עס זאל נישט איינפאלן, דער וואנט וועט אי"ה געבויעט ווערן נאכ'ן ווינטער.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2007 19:05 |
|
| |
PG
דעלאטין, אוקריינא
ביי א באזוך אין אפיס פון אבותינו ווי עס האט זיך באטייליגט הרב מדעלאטין
שליט"א, לטובת די דרינגענדע הצלה ותיקון הביה"ח, איז צוגעגרייט געווארן די
גענויע פלענער פאר'ן אויפבוי וואס איז געפלאנט אי"ה אויף תיכף נאכן ווינטער.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2007 19:06 |
|
| |
מארסעלאווע-קורטאקעסי, סלאוואקי
מיט פרייד האבן די אפשטאמיגע פון מארסעלאווע אויפגענומן די ידיעה אז עס איז
ב"ה געמאכט געווארן גרויס פארשריט בנוגע די פראבלעמען וועלכע פלאגן שוין דעם
ביה"ח פאר לאנגע יארן, בקרוב וועט אי"הגעמאלדן ווערן די ענדגילטיגע אפמאך, און
דאס צוטרעטן צו די בוי ארבעט אין א מזל'דיגע שעה.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2007 19:07 |
|
| |
בריזדאוויץ, אוקריינא
ביי א באזוך אין שטוב פון בריזדאוויץ'ר רבי שליט"א, האבן זיך באטייליגט עטליכע
חברי אבותינו לטובת די דרינגענדע הצלה ותיקון הביה"ח, ס'איז איבערגעשמועסט
געווארן די העפטיגע צוגרייטונגען צום אויפבוי וואס איז געפלאנט אי"ה אויף דעם
קומענדיגן זומער, מיט די הילף פון יוצאי בריזדאוויץ.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2007 19:09 |
|
| |
באזוך פון רב הראשי פון פוילן
א גאר איינדרוקספולע אסיפה איז אפגעהאלטן געווארן אין אפיס פון אבותינו אין ניו יארק,
מיטן רב הראשי פון פוילן הרב שודריק שליט"א,וועלכע איז שטענדיג גרייט ארויסצוהעלפן
מיט זיין לב טוב, די חברי ההנהלה האבן עטליכע שעה אויסגעשמועסט פארשידענע
אקטועלע ידיעות און עניינים איבער די בתי חיים. און עס איז באשטימט געווארן די
ווייטערדיגע נאנטע מיטארבעט מיט'ן חשובן רב הראשי און זיין גאנצע שטאב, וואס וועט
בעזהי"ת פיל פארשנעלערן די הייליגע ארבעט לטובת די בתי חיים.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2007 19:11 |
|
| |
  הרחבת גבולי הקדושה לטובת די השגחה  
א נייע אכסניא, גרייט מיט אלע באדערפענישן, איז צוגעשטעלט געווארן אין אייראפע,
פאר די חשוב'ע משגיחים שליט"א, כדי צו פארגרינגערן פאר זיי די שווערע רייזעס
ארומפארענדיג שעות ארוכות איבער די לענג און ברייט פון מזרח אייראפע,
די אכסניא
געפונט זיך אין די טאקאי'ער געגנט פון אונגארן, נאנט צו די גרעניצן פון סלאוואקיע
און אוקריינע, און איז נתנדב געווארן ע"י הרב החסיד המפורסם ר' מרדכי בערקאוויטש
שליט"א, א ידיד נאמן פונעם מוסד, לעילוי נשמת אביו הרה"ח המפורסם ר' משה
קלונימוס בן שמואל יונתן חיים ז"ל מעיר טאקאי. ווי אלע אנדערע אקטיוויטעטן אין
אייראפע, ווערט די אכסניא אנגעפירט דירעקט דורך'ן בודאפעסטער אפיס.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2007 19:12 |
|
| |
פאר די פאלגענדע בתי חיים איז פארלאנגט געווארן דורך די יוצאי
העיר, צוצושטעלן א פונקטליכע אפשאצונג
אפאדש, אונגארן
גונז רוסקא, אונגארן
וואגוועטש, סלאוואקיע
טשאמאנין,
טשאנגער,אוקריינא
טשעטשעני,אונגארן
מאנישטור, ראמעניא
עגערעש, ראמעניא
קאלטע, סלאוואקיע
ראסאווסע, סלאוואקיע
_________________
|
|
|
|
|