דער איד: מ. קליין גנב'ט און פליט!
דער באוויסטער משה וואלף קליין, דער וואס איז געווען דער רעכטער האנט פון משה גבאי, איז די וואך געפלויגען פון איד אפיס!
די מעשה האט זיך אנגעהויבען מיט דריי וואכן צוריק, נאכדעם וואס משה גבאי האט לעצטענס אריין גענומען זיין זון יושע הערש אז ער זאל פירן דער איד, און יושע הערש האט באמערקט אן אינטערסאנטע זאך אז יעדע וואך למשל פלעגט מען אראפ לייגן 150 אידן ביי לאנדא גראסערי, אבער די רעסיט ווען מען האט אויפגעפיקט די געלט איז געשטאנען אז ער האט נאר פארקויפט 110 און די איבריגע 40 איז איבערגעבליבען.
אזוי איז געווען כמעט יעדע איינע סטאר, אינאיינעם האט עס באטראפען בערך 5-600 אידן א וואך, דאס מיינט אז ער האט יעדע וואך גנב'ט א 600 דאללער, ער האט אנגעהויבען נאך צו קוקן אלטע בילס פון יארן האט ער געזעהן אז אזוי איז עס שוין פאר די לעצטע 6 יאר, ער האט אנגעהויבען נאך טשעקן און געקאלט גראסריס האבן זיי אלע געזאגט אז זיי האבן פארקויפט מער.
משה גבאי האט אים אפיר גענימען ער האט געלייקענט, אבער משה האט אים געוויזן שווארץ אויף ווייס און אים געזאגט אז ער איז אויף געזאגט אין ער האט מער נישט קיין דריסת הרגל דא!
משה וואלף האט זיך איינגעבעטען ביי אים, אבער משה האט אים געזאגט ארויס פון דא און ער האט אים ארויסגעווארפן מיט בזיונות, משה גבאי מיט זיינע קינדער באשמיצען יעצט ארום משה וואלף און די גאנצע שטאט, אויך שמשון יעקב האט זיך אנגעשלאסן.
יעצט דרייט זיך משה וואלף ארום און שווערט נקמה אין משה גבאי און סטרשעט אז ער גייט ארויס געבען טעיפס ווידיאו פון משה גבאי, און עס וועט זיין פריילעך.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 12/02/2007 21:10:18
 |
|
|