| נשלח ב-18/2/2007 21:11 |
|
| |
יודל ווערצבערגער שלאגט כפרות מיט ארונים
באקומען אין אישי:
אזוי ווי די ארונים האבן נישט גיהאט קיין שיינען איד פאר ראש חודש בענטשן אין זאגן השם מלך אדער פארלערנען תורה ביי שלש שידעס, האט שמואל דוד מארקאוויטש גיבעטן יודל ווערצבערגער ער זאל ראש חודש בענטשן זאגן השם מלך אין פארלערנען תורה ביי שלש שידעס, אינמיטן ראש חודש בענטשן האבן העלפט עולם ארויס מארשירט פין הופער סטריט אלץ פראטעסט פאר געבן יודל ווערצבערגער ראש חודש בענטשן, פאר שלש שידעס האבן די אינגעלייט באפאלן שמואל דוד אין געזאגט אז אויב וועט יודל ווערצבערגער זאגן השם מלך וועלן זיי מאכן קולות בלית ברירה האט שמואל דוד אריין גערוימט אין אויער פאר יודל ווערצבערגער וואס איז גיזעצן אויבן אן אין אנגעפירט די ניגינים פין שלש שידעס אז ער האט מכבד געווען איינעם פרידמאן צו זאגן השם מלך, יודל ווערצבערגער איז געווארן אזוי אין כעס אז ער איז אראפ געשפרינגען פין סטייטש אינמין זינגען אין ארויס געלאפן פין בית המדרש. אזוי אז זיי האבן שנעל געמיזט נעמען איינעם מילער פין קרית יואל זאל פארלערנען תורה, די בושות איז גיווען גיוואלדיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2007 06:55 |
|
| |
13 הופר
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:
אלץ א זאלי ווייס איך דאך ווער עס איז א זאלי און ווער נישט, און אלץ גוטע ידיד מיט רבי יוסף זאל לעבן האב איך מיר באטייליגט ביים שמחה, און זיך אנגעטראפען מיט א גרויסע צאל חברים זאלונים ווי מיר וואס זענען זיך געקומען באטייליגען און אפגעבן א מזל טוב פארן ידיד כל חי ר' יוסף.
די חמשה עשר רב האט געהאט גאר א שיינעם פעלץ, איך ווייס נישט וואס דאס ארט דיר אזוי שטארק, זעט אויס דו ביסט געווען אין 13 הופר שבת נישט אין ב"פ, ווי אויבן דערמאנט.
ביי שלש סעודות האב איך געזעהן ווער עס שטייט אויף די פארענטשעס, ואינו דומה שמיעה לראיה, בנוסף וואס איך האב גערעדט צו א קרית יואלע בחור וואס האט דאס באשטעטיגט בפה מלא, לא זו אף זו אין בארא פארק לערנען נישט היינטצוטאגס מער פון 60-70 בחורים אין ישיבה גדולה, און לערך 90-100 אין ישיבה קטנה, אויב אזוי ווער דען האט אנגעפילט די פיל שטאקיגע פארענטשעס???
איך האב מורא'דיג הנאה אז דו פרובירסט אפילו נישט צו לייקענען אז עס זענען אריינגעקומען באסעס פון וויליאמסבורג ביים זמן (והראיה האסט עס נישט געהיילייטעט)
איך פארשטיי אינגאנצען ניטש וואס דיר ארט מיט דעים ווערטל וואס מיין חבר - אן ארוני - האט געמאכט מיט מיר, זעט אויס די ביסט פון די אונגארישע, איך געב דיר נאך אביסל צייט דו זאלסט עס נאך כאפן...
אין ישיבה גדולה לערנען היינטצוטאגס, און ווי אויך האבן געלערנט אין אלע זמנים פון איר עקזיסטענץ א מערהייט זאליס, און נאכן פטירה פון ברך משה ווען אהרן וו. האט געהייסן פאר ר' חיים יעקב רובין צו האלטען א דרשה בנוגע די התמנות פון ר' אהרן, האט ער געהאלטען א דרשה וואס האט באפרידיגט אלע זאלונים דארטן, ווי צום ביישפיל האט ער געזאגט בתוך הדברים אז מ'געפונט זיך יעצט אין א מצב אזוי ווען עס איז געווען א קריג צווישן רוסלאנד און עסטרייך און די גרעניצען האבן זיך געהאלטען אין איין טוישן, און יעדער פויער איז געווארן א פאטריאט פאר א געוויסע צד, האט אמאל א קלוגער מאן געזאגט פאר א פויער אויפן באן, פאר וועים שלאגסטו דיר און קעמפסט אזוי שטארק און מיט א אייפער, ווייסטו דען נישט אז סיי ווי סיי האלטן זיך אין איין טוישן די גרעניצען, אויב אזוי וואס האסטו פונען גאנצען קאנפליקט, די איינציגע נפקא מינה וואס כאפט דיר איז וועלכע פאן עס פלאטערט העכערן וואגאן, אבער דו דארפסט דיר ווייטער פירן דיין וועלטעל און מיש דיר נישט אין דעים קאנפליקט.
האט ר' חיים יעקב אויסגעפירט: די זעלבע זאך איז דא, די זאכן (התמנות'ן און בעלים אויף די מוסדות) קענען זיך טוישן טאג איין טאג אויס (דא האט ער זיך באווארענט צו קענען איבערבלייבען ביי די זאלונים און פאל זיי זיגען), אויב אזוי וואס מאכט דאס אויס פארן אינדיוויעלן בחור, ער דארף זיצען און לערנען ווי גארנישט וואלט פאסירט, די איינציגע נפקא מינה כאפט נאר וואספארא פאן - בנשיאוות - עס פלאטערט אויפן געביידע, אבער יעדער קען ווייטער אנגיין אויף זיין שטייגער, און זיך אויסקלויבן א רבי'ן לויט זיין געשמאק, און אדרבא יעדער זאל זיך טאקע אויסקלויבען וועים אים שמעקט, ווייל יעדער מוז און ברויך האבן א מנהיג וועים ער זאל ארויפקוקען, און יעדער זאל זיך באטייליגען ביי די טישן פון זיין רבי'ן ווי קיינמאל פריער, די ישיבה האהט גארנישט מיטן גאנצען קאנפליקט, עס איז א ישיבה פאר תורה און יראת שמים, און גארנישט מער, איין זאך בעט ער, אז בונטעווען אקעגן די הנהגה זאל מען נישט, סוף כל סוף שטייט עס יעצט אין זייערע הענט, דארף מען זיך די מינימאלסטע צושטעלן.
קאמענטארן זענען איבריג
די טעיפ איז דא צו באקומען ביים אוצר הטעיפ'ס אין ישיבה גדולה אין בארא פארק (סיגעיט נ.י.).
יעצט זאג דו מיר 13 הופר, אויב וואלט געווען א מערהייט ארונים אין ישיבה, וואלט ער ווען געדארפט רעדן אזוי, און צו וואלט ער זיך אפילו געטרויט צו זאגן אזוי???
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2007 21:45 |
|
| |
אלעס איז שטותים והבלים אין בארא פארק ווער איז אינעווייניג? און ווער איז אינדרויסן? פעלץ אראפ פעלץ ארויף דאס איז גארניקס
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2007 23:41 |
|
| |
איך וועל נישט נעמען נאר איין ארטיקעל וואס די האסט געשריבען אין היילייטען דיינע שקרים אויסער וואס ווען די ווייסט אז מען וועט דיך האלטען פאר א שקרן שרייבסטי אז איינער האט דיר דאס געזאגט וכו' הרוצה לשקר ירחק עדותו
קורצע נאטיצען פון שבת שקלים אין בארא פארק:
עס איז געווען א פול געפאקטע עולם, עס האט זיך אויך אנגעזעהן א גרויס עולם געסט, א גרויסע טייל זאלונים, צוליבן שמחה הגדולה בבית הרב ר' יוסף מייזליש שליט"א בן המרא דאתרא [וואס לכבוד דעים האט די לאקאלע רב רבי בעריש זיך געלאזט איינהאנדעלען א שיינעם נייעם גרויסען פעלץ (אויך די חמשה עשר רב האט נישט פארגעסן פון א הערליכע פעלץ)], די פארענטשעס אבער איז געווען פול פון די איבער 500 בחורים וואס זענען אריינגעקומען פון מתיבתא אין מאנרא, זעט אויס ווארשיינליך אז זיי זענען אזוי מקושר צום רבי'ן אזש זיי קענען נישט פארפאסען קיין איין שבת אנעם רבי'ן, אן דעים פעלט זיי א שטיק חיות ממש.
די קרעכצען ביי שלש סעודות איז געווען נאכגעמאכט אויפן האר ווי מרן רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע (איך וויל נאר וויסען ווי לאנג ס'האט אים גענומען דאס צו פרעקטיסען און איינ'חזר'ען, ס'קען מיר זייער גוט צוניץ קומען אויף ימי הפורים הבעלל"ט).
בערך א 2/3 שעה נאכן זמן מוצאי שבת קודש איז אנגעקומען עטליכע גרינע באסעס פון וויליאמסבורג אנגעפולט מיט אנ"ש פון וויליאמסבורג וואס האבן נאך געוואלט אריינכאפן די לעצטע שובבי"ם תורה בעת נעילת שער (און מיט רעכט, ווייל זיי האבן אים דאך שוין לאנג נישט געהאט ביי זיי אין שטעטל, ווי באקאנט), און אלע קליינע קינדער און עטליכע יונגע בחורים - וואס זענען זיך ארויס ליפטערן - האבן עס מורא'דיג באוואונדערט: "WOW, קוק אן די נייע באסעס פון וויליאמסבורג!!!"... זעט אויס אז זיי האבן דערווייל נאכנישט געזען די וועלט'ס-וואונדער פאר זייערע אויגען...
נאך שבת זאגט מיר מיין חבר: די ווייסט, די "דיין" איז געווען שבת ביי אלע תפילות, ער איז אויך געווען ביים טיש, בקיצור ער האט אלעס מיטגעהאלטען! איך קוק אים אן מיט קעלבערנע אויגען און איך געב אים א פרעג: ווי קען דאס זיין, ווען לויט ווי איך האב געהערט איז די דיין געווען געהעריג אין בית המדרש אויף 52, און הגם עס שטייט אויס פון אים זיך אנצוריקען ביים טיש וכדומה ווי אין די פארגאנגענהייט, האט ער דאך געפראוועט די וואך פרייטאג-צו-נאכט'ס א שלום זכר פון זיין אייניקעל, איז ער דאך לכאורה דארט געווען? זאגט ער מיר מיט א שמייכל: "עה, איך מיין צוזאגען ר' משה מו"ץ!..."...
היינט האט די דיין הגאון רבי חיים דוד שליט"א נישט פארגעלערנט זיין שיעור קבוע אין 53, נאר אין בית המדרש מארגערעטאן אויף 52 און 14, - דארט ווי הגרז"ל פילאפף האט זיך קובע מושבו געווען זייט די חילול שם שמים ובזיון ת"ח דורך די פייער-עקסטינוויזשער - צוליב דעים וואס עס איז געווען השעה משחקת להם האט ער נישט געוואלט איינשטעלן, ווייל רבי אהרן האט היינט גע'דאווענ'ט אין 53 מיט אלע בחורים פון די מתיבתא אין מאנרא, און ישיבה קטנה וגדולה אין בארא פארק [א שטייגער ווי די לעצט געשאפענע "איחוד צעירי תלמידי סאטמאר" (עפעס אזוי הייסט עס... איך געדענק שוין נישט דעים נאמען אזוי גוט) וואס ער האט לעצטענס געגרינדעט - נאכקאפירט פון אנדערע חסידות'ן - צוזאמצוהאלטען און באקאנט מאכן אלע בחורים מיט די קרית-יואל'ע בחורים]. אגב, רבי חיים יעקב רובין ציעשנוב'ע רב, די ראש ישיבה פון סאטמאר-סיגעיט, האט געהאלטען א דרשה דאנערשטאג פאר די בערך 60 בחורים אין ישיבה גדולה, און געבעטן פון יעדעם איינעם אז מען זאל זיך אנשטרענגען צו קומען זונטאג צום יום תפילה אין 53, און וועלנדיג אפעלירן צום מערהייט זאליס אין ישיבה, האט ער צוגעלייגט אז ער בעט יעדער איינער זאל זיך עכ"פ דאס מאל צושטעלן, "סוף-כל-סוף איז עס דאך ראש חודש אדר"... האט ער אויסגעפירט!
trueonly2
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2007 02:30 |
|
| |
איך בין ב"ה נישט ציבראכן מיט גארנישט, איך וויל נאר אז פאר 13 הופר איז מוציא שם רע אויף איינעם אז ער שרייבט ליגענט, זאל ער ברענגען איבערצייגונגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2007 16:47 |
|
| |
א חוצפה נוראה צו שרייבן אויף הרה"צ שארמאשער רב שליט"א מיט אזא ביטל האסטו מיט עם גילערנט אין חדר, אפילו די האלסט נישט פין עם אבער א רב בישראל א גאון אדיר א צדיק קענסט כאטש שרייבן ר', בכלל איז דאס דאך אקעגן די תקנות הפורם.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2007 09:48 |
|
| |
נאר ..... ...... מיט ...... ......... מעגן נאכמאכן רבינו יואל? זיי האבן עפעס די קאפי-רייט אויף דעם?
שנית, וועם דען זאל ער נאכמאכן? מעדאנע אדער דשיגאן? דעמאלטס וועסטו זיין מער צופרידן?
שלישית, וואס איז דען אן עוולה אז הרב יוסף מייזליש האט געהאט געסט לכבוד זיין שמחה? וואס איז עס מעלה ומוריד?
רביעית, וואס ביסטו אזוי צובראכן אז דער בארא פארקער רב האט א פעלץ, פאר געלט קענסטו אויך האבן איינס, נישט נאר איינס נאר א דאזען.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 22/02/2007 18:51:22
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2007 02:14 |
|
| |
13 הופר
זעט אויס אז דו ביסט געווען שבת טאקע אין 13 הופר, און נישט אין בארא פארק, ווייל איך בין יא געווען אויף שבת אין בארא פארק, און איך האב מטגעהאלטען די שלש סעודות מיט רבי אהרן, און וואס איך שרייב, שרייב איך אלץ עד ראיה וואס איך האב אליינס געזעהן (אני ולא אחר), אדער מפי השמועה ממקור ראשון.
צייג מיר נישט קיין קעפלעך, אין די קעפל זע איך נאכנישט דערווייל קיין איין ליגענט, אדרבא צייג אן פונקטליך וואס דיר געפעלט נישט און דעריבער רופסטו עס אן מיטן צונאמען ליגענט.
ניתי ונחזה: אז ר' בעריש האט זיך געקויפט א נייע פעלץ ביסטו זיכער נישט מחולק, אזוי אויך אז עס איז געווען פילע געסט לכבוד די שמחה בבית ידיד כל חי ר' יוסף זאל זיין געזונט ביסטו לכאורה אויך נישט מחולק, די קרעכצען פון רבי אהרן מאכט ער שוין פון לאנג נאך די רבי זי"ע, אבער די וואך איז עס געווען עפעס ספעציעל גוט געלונגען, ואטו כי רוכלא איחשיב ואיזל, דאן ביטע זאג דו ארויס קלאר ברחל בתך הקטנה וואס געפעלט דיר נישט פון מיין רעפארט???
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2007 00:46 |
|
| |
איך האב ערשט יעצט באמערקט די תגיבה פין הרב הצדיק רבי יוסף אלי' שליט"א איר זעט איך רים אפילו די ארונים אויב זענען זיי ערליך, רבי יוסף אלי' שליט"א וואס כאטשיג ער איז נאר א מודה במקצת אבער דאך זעט מען ווער סזאגט אמת אין ווער סאיז א שקרן וכזבן, דא האט איר ארונישע שקרנים,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2007 00:40 |
|
| |
טארראם קודם שעם דיך פארוואס ביסטו נישט געווען אין בארא פארק ביים רבי אויף שבת, די האסט עם אויך בויקאטירט,
צווייטענס די ביסט א שקרן וכזבן ווייל: השם מלך אין הופפער האט ר' יודל ווערצבערגער נישט געזאגט דאס האט געזאגט איינער פרידמאן,
איך קען דיר נישט איבערצייגן אבער איך באקום אין אישי פון אסאך ארונים וואס זענען דארט געווען אין יעדער זאגט עדות אז יודל ווערצבערגער האט נישט געזאגט.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 22/02/2007 18:48:45
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2007 00:31 |
|
| |
טאראראם, מיט ליגענט וועסו עהם זיכער נישט געווינען, איך בין דארט געווען און הרב יוסף פריעדמאן שליט"א בן רבי מענדל פריעדמאן ע"ה וחתן רבי יודל הכהן ראזענבערג ע"ה האט פארגעזאגט השם מלך, סא דריי נישט אויס דעם פאקט, למעשה האב איך גערעדט צום גבאי ר' שמואל דוד מארקאוויטש און עס האט קיינמאל נישט געהייסן אז ר' יודל ווערצבערגער וועט זאגן, ער האט לכתחילה אפגעשמוסט אז ביים זמן פארט ער צום רבי קיין בארא פארק און ביים סוף פון בבואו מאדום איז פונקט געווען דער זמן און ר' יודל ווערצבערגער איז אראפ פון סטעיטש און געפארן קיין בארא פארק ווי פאראויס געפלאנט מיט נאך הונדערטער אידן, און די זאלונים האבן דא פארברעצירט א מעשה, קיינער האט זיך ניש אפ גערעדט אויף זיין ראש חודש בענטשן, קיינער האט נישט ארויס מארשירט אלעס איז הוילע פאנטאזיעס וואס איז אפילו נישט ווערט קיין אנטווארט.
איך האב לכתחילה אינגאנצן נישט געוואלט מגיב זיין אויף די נארישע זאלונישע תגובות דער שחמט זעהט אויס איז עפעס א געדינגענער שרייבערל וואס באקט מעשיות, אבער עהם אפווענדן מיט ליגענט וועט זיכער נישט ארבייטן, האמת נר לרגלינו, המה כרעו ונפלו ואנחנו בשם אלקינו נזכיר,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2007 23:44 |
|
| |
איך זיך נישט מיטצוהאלטן אדאר דעבאטירן אזא נער'ישע נושא
ולא באתי רק להעיר,
איך בין געווען אין וומסב"ג דעם שבת העעל"ט
ה' מלך ביי שלש סעודות האט געזאגט יודל ווערצבערגער!
און ווער ס'זאגט אנדערש איז, אדער נישט דארט געווען, אדער א שקרן וכזבן!
עד כאן
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 22/02/2007 18:47:12
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2007 21:27 |
|
| |
איך וויל נישט אריינרעדן. נאר להערה בעלמא, אינטערסאנט אז די אלע וואס שרייבן אין אישי מאכן אקוראט די זעלבע 'ספעלינג' טעותים ווי שחמט..וצ"ע..
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2007 21:19 |
|
| |
יעצט באקימען אין אישי:
ר' שחמט בעט פין גאסט זאל אנוואזן ווי די האסט געשריבן עפעס א ליגענט איך אלץ א פאברענטער אהרוני ווייס אז אלעס וואס די האסט גישריבן איז כילו אמת בכלל האסטי נאר געשריבן עפעס 5 אדער 6 סטעטמענטס אין אפילו אויב אלע זענען ליגענט וועט ער באקימען א 50 אדער 60 דאלער אין אויב וועט יר קוויטן זיין דז'אב פאר א 50 - 60 דאלאר איז ער נעבעך א גרויסער רחמנות.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2007 20:52 |
|
| |
שחמט, ווען איך זאל באקומען א צענער פאר יעדן ליגנט וואס די האסט שוין געשריבן דא אין פארום אין די לעצטע פאר וואכן. וואלט איך שוין באלד געקענט סטאפן צו ארבעטן א רעגולער דזשאב און ארבעטן דא אויף היידפארק אלץ שרייבער וואס באקומט אלעס אין אישית
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2007 19:42 |
|
| |
פארוואס זיי שיקן נאר מיר אין אישית ווייס איך נישט אבער מסתמה ווייל זיי קענען נישט סובל זיין אז מען ריפט מיך אן ליגנער ווען אלעס וואס איך שרייב איז כילו אמת, איך דארף נישט זאלסט מיך ריינוואשדן פאר א טובה קענסט מיך רין וואשן ווייל וואס איך שרייב איז אמת פרעג דיך נאך, אין אזוי ווי דער טיטעל שקרן וועט אוועק פאלן וועט אויך דער טיטול נערישער אויך אוועק פאלן, ווייל מאן שראבן גיפעלט דיר נישט איז מען נאכניש א נערישער שקרן, אגב האסטי פין מיר אמאל גיזען קללות איך בין איינער פין די איידילסטע שראבער, איך שעלט נישט, איך שאלאנדז' דיך אדרבה לייקן מיך אפ מיט קראנטע ראיות אין מיט פאקטן אין איך וועל מודה זיין על האמת,
|
|
|
|
|