בית פורומים כל העולם כולו

שוויץ אין ראדני מקוה צוריק געפענט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/2/2007 00:29 לינק ישיר 
שוויץ אין ראדני מקוה צוריק געפענט

עס איז א שוידער וואס האט פאסירט!



און ראדני פלעגט ווי יעדער ווייסט יארן זיין א שוויץ וואס מען פלעגט ניצן נאר ערב שב"ק, עס איז געווען אפען פאר יעדעם און עס איז געווען אונטער השגחה, אזוי איז עס יארן אנגעגאנגען.



פאר א 3 יאר צוריק האט מען עס אפגעשפארט, צוליב דעם וואס עס האט דערלייגט אסאך געלט, 90 פארצענט מענטשן וואס האבן עס געניצט האבן נישט באצאלט קיין פעני דערפאר.



יעצט זענען די זאליס אויפגעקומען מיט א המצאה, זיי האבן פארדינגען די שוויץ פאר א פריוואטע קאמפאני, וואס גייט עס פירן און זיי זאלן טאן דערמיט וואס זיי ווילן, און אזוי ווי ביי עטרת בלעם וועלן זיי פאר יעדעם זאגן אז עס איז דא א קאנטראקט און אונז קען מיר גארנישט טאן.



די קאמפאני האט די לעצטע צייט געפענט די שוויץ קודם נאר יעדן מאנטאג און דארנערשטאג, אז ווען מען גייט ליינען די הייליגע תורה"ק זאל מען זיך קענען גוט מטמא און מטהר זיין פארדעם...



מען קען נאר אריין גיין אין שוויץ אז מען באצאלט פאראויס, זיי רעכענען אסאך געלט אריין צו גיין אין שוויץ, עס קומט אויס א 6 7 דאלער, עס איז געווארן א צוזאם לויפענישט פון אלע שקצים און חזירים פון די גאנצע שטאט, צוזאמען מיט די קווינס בויעס, זיצט מען דארט שעה'ן לאנג, און עס קומט דארט פאר שרעקליכע זאכן, וואס איז תסמר שערות אנוש רח"ל.



עסקנים וואס טוען אין עניני קדושה, צושאמען מיט די חשובע עסקנים וואס טוען פאר שוואכע בחורים, זענען ארום געלאפען וויינען פאר די דיינים אז עס ברענט א פייער, און עס איז רח"ל. האבן גערעדט צו טויבע אויערן, און דערווייל איז גארנישט געטאן געווארן.



די ציבור גרייט זיך צו א מלחמה כבידה צו שליסן די שרעקליכע אידישע בית זוהמה אין ראדני!
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 20/02/2007 0:50:32



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2007 22:25 לינק ישיר 

דער שוויץ איז א המשך פונם ''עטרת בלעם'' זאל .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2007 20:16 לינק ישיר 

עס איז יא אויסגעהאלטען אדער נישט.

איין זאך איז זיכער אז טאמער די אהרונים וואלטן געמאכט אזא זאך וואלט שוין געווען מחאות, און די פאשקאווילן דיינים וואלטן שוין ארויסגעקומען מיט א לאנגע קללות בריוו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2007 10:43 לינק ישיר 

אהרונישע חלומות, נישט ווערט אפילו מגיב צו זיין. פאסט פאר כתה א' אינגעלעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2007 23:41 לינק ישיר 

שחמט, 

פאר אינטערעסאנטקייט אפשר רעכנסטו מיר אויס א פאר פון די רוב רבנים וואס גייען דארט אין שוויץ?



תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 20/02/2007 0:40:38




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2007 23:23 לינק ישיר 

וואס איז דער פראבלעם מיט די שוויץ, די שויערס אין די מקוה מיט די מחיצות ציווישן זיי איז אסאך ערגער, אין די שוויץ איז געווען אלעס אפן אפילו די שויערס. אפילו די בית הכיסא'ס איז ערגער פין א אפענע שוויץ,
די גאנצע פראבלעם איז אז די ארונים האבן נישט א שוויץ, אינטרעסאנט דער עירוב וואס רוב דיינים ורבנים שרייבן קלאר אז סאיז פסול האלטן די ארונים אז סאיז כשר, אין די שוויץ וואס רוב רבנים נוצן אפילו שרייען די ארונים אז סאיז פסול, א פארקערטע וועלט.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 20/02/2007 0:47:32

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2007 23:03 לינק ישיר 

שחמט איך בין נאכנישט אזוי משוגע, איך און דו ווייסן וואס געשעט איך אזעלעכע מקומות מזוהמות.....
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 20/02/2007 0:45:57

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2007 22:18 לינק ישיר 

גראדע איז דאס א גוטער אויפטו, א שוויץ איז א געזונטע זאך.
איך סאלוט די ראשי הקהלה פאר צוריק עפענען די שוויץ. די ארונים רעדן פאר קנאה ווייל זיי האבן נישט א שוויץ.


תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 20/02/2007 0:43:55

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2007 21:59 לינק ישיר 

TRUEONLY2 שרייב נישט סתם געמויזאכטס ענטפער צום ענין.

גראדע הער איך אז נחום ראזענבערג האט שוין צוריק געפענט זיין האט ליין און רעדט שוין ווייטער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2007 03:59 לינק ישיר 

בנימין הירש האט מיר פריער געזאגט אז ס'איז אמת, און ס'איז אפען פאר מענטשן וואס דארפן עס צו האבן וועגן געזונט, און ממילא קומען שוין אנדערע אויך....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2007 01:53 לינק ישיר 

איך רייב מיר די אויגען, דאס שרייבט שורשנגח, אדער נחום ראזענבערג???

 

פלאנסט אפשר אויך צו עפענען א האטליין וועגן דיינע חלומות???

 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-19/2/2007 01:33 לינק ישיר 

איז דאס אמת אדער א בייזער חלום?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שוויץ אין ראדני מקוה צוריק געפענט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext