בית פורומים כל העולם כולו

"הצופה" דעקט אויף קלעצקינ'ס רשעות!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/2/2007 14:08 לינק ישיר 
"הצופה" דעקט אויף קלעצקינ'ס רשעות!

בושה תכסה פנינו!!!

דאס וואס די אגודי'סטישע רשעים און זייערע פארבינדעטע אין די חרדי'שע פרעסע האבן באוויזן צו דערשטיקן אין די חרדי'שע פרעסע, אפילו אין די א.ג. אומאפהענגיגע חרדי'שע פרעסע פון אר"י, האט היינט דער מזרחי'סטישער "הצופה" אויפגעדעקט בפני כל עם ועדה מיט די גאנצע שארפקייט!

די רעדע איז פון די נידערטרעכטיגע מערכה פון דעם אפענעם מסור ומלשין ישראל אהרן קלעצקין ימ"ש, וואס פארשטעלט זיך אונטער א חרדי'שן מאנטל, גאר א חסידי'שן מאנטל, און נוצט זיינע פארבינדונגען מיט די פאליציי פאר טעראר און שאנטאזש אקעגן א גרופע ערליכע אידן פון די נקיי הדעת שבירושלים עיה"ק, פאר די איינציגע סיבה וואס זיי האבן געעפנט א אייגענע דרוקעריי, נאך וואס קלעצקין האט מיטגעארבעט מיט די פאליציי און רעגירונג און נישט מסכים געווען צו דרוקן די קנאי'שע בלעטלעך און ליפלעטן כדי אזוי ארום צו געפעלן פאר די פאליציי.

נאך דעם געוואלדיגן דורכפאל וואס די פאליציי האט ב"ה געהאט ווען זיי זענען געצווינגען געווארן אפצושטעלן דעם "מצעד התועבה" אנהייב ווינטער, האבן זיי זיך גענומען מיט דער גאנצער שארפקייט אונטערצוברענגען דעם ערליכן "דפוס מרום", זיינע בעלי בתים און מיטהעלפער, וויסנדיג אז אויב איז נישטא קיין ערליכע דרוקעריי אין ירושלים דאן האבן זיי אונטערגעברענגט און דערשטיקט דעם קול מחאה אקעגן אלע זייערע רשעות'ן און געמיינהייטן. די רדיפות זענען געצילט אויף אלע ארבעטער און מיטהעלפער פון די דרוקעריי, אין שפיץ פון הר"ר חיים אהרן טורטשין און הר"ר אברהם זארביב, מיט דער אקטיווער מיטהילף און מסירה פון דעם היינט שוין טרויעריג בארימטן מסור ישראל אהרן קלעצקין שר"י.

דער שוידערליכער טעראר ווערט שטילערהייט געמוטיגט און אנגעפירט דורך דעם 'חרדי'שן מעיאר' פון ירושלים, אורי לופליאנסקי, וועלכער איז אויך גערן מסכים אז דער קול מחאה - וואס האט אים באטראפן מער פון איין מאל צוליב זיינע פסול'ע מעשים - זאל ווערן פארשוויגן אחת ולתמיד. זעלבסטפארשטענדליך אז די אגודה און זייערע פארבינדעטע אין די חרדי'שע פרעסע האבן שטילערהייט מיטגעארבעט מיט די רשעות און טעראר דורך פארשווייגן און דערשטיקן די מינדסטע נייעס אדער וויי געשריי איבער די נידערטרעכטיגע מעשים פון די קליקע מוסרים און רוצחים.


_________________
מבקש האמת



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > "הצופה" דעקט אויף קלעצקינ'ס רשעות!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext