בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ועד העירוב פון בארא פארק.. געוואלדיגע הצלחה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/2/2007 16:40 לינק ישיר 
ועד העירוב פון בארא פארק.. געוואלדיגע הצלחה

נעכטען נאכט [דאנערשטאג] האט דער וועד העירוב געהאט א גרויסע הצלחה מיט איר "דינער" אין רענעסאנס,

עס איז געווען א גרויסע שטראם פון נדבנים, און רבנים,

ווער עס האט מער אינפראמאציע ווערט געבעטען צו שרייבען, אדער ווער עס האט בילדער זאל עס ביטע פאסטען,

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2007 06:07 לינק ישיר 

און לאמיר צוריקגיין צו  די התחלה פון דעם אשכול "וועד העירוב פון בארא פארק . געוואלדיגע הצלחה" 
כדי עס זאל זיין סמוך לחתימה מעין הפתיחה(פסחים קד) .  און אזוי וויא א שיין פשטעל איז נאר ווען ביים סוף קומט מען צוריק צום אנפאנג פשטעל . אזוי וויא דער רש"ל שרייבט אין יש"ש ככדור וויא להבדיל א "באלל" .

קום איך יעצט צוריק וועגען די ערשטע תגובה וואס איך האב געשריבען וועגען א קידוש השם אין וויליאמסבורג. אז טאמער דו ווילסט זעהן א שיינעם מעמד פונעם עירוב אין וויליאמסבורג. קענסטו קוקען אויף די "ווידעאס" "פילמס" פונעם פאריאריגען "מעמד זיכוי הפת" בעפאר פסח. וויא עס זענען געזעצען גדולי הרבנים פון די שטאט און מען האט געהערט דברות קודש בשבח העירוב. (טאמער דו קוסט בכלל "ווידעא"... אז נישט דארפסטו דאס אויך נישט קוקען כמובן" אבער איך בין דיך נישט חושד ח"ו אז דו קוקסט נישט)
כאטשיג דער מעמד איז געמאכט געווארן בחשאי איינס פון די טעמים איז ווייל אין לך דבר יפה מן הצניעות וראיה לדבר לוחות אחרונות שנתקיימו ולא לוחות הראשונות שניתנו בפומבי ונשתברו.(רש"י הקדוש בפרשה זו כי תשא קאפיטל ל"ד פסוק ג) 
אבער כבר היה לעולמים אזוי האט מען אויך געטון אין שפאניען בשעת די גזירת שמד פון די פארשאלטענע אינקוויזיציע מען האט געפראוועט די סדרים ליל התקדש חג הפסח. און דעם הייליגען טאג יום הקדוש אין קעלערען מחמת המציק.
 און אזוי האט מען געטון בימי היוונים קודם שנצחו בית חשמונאי מען האט עוסק געווען בתורה בחדרי חדרים. אבער אי"ה עצתם תופר לא תקום ולא תהי' ודבר א-קינו יקום לעולם(מנחת קנאות (בימי הרשב"א פ"ט)  ונצח ישראל לא ישקר ולא יכזב .ותוציא לרוחה כל האנוסים ביד גאים ותחון זכות אבות (רבינו החיד"א) .



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/3/2007 21:55 לינק ישיר 

 

און בדרך אגב. וועגען דעם פאשקעוויל "דער איד" וואס איז שוין אמאל געאסערט געווארן דורך די בני יואל רבנים ובראשם הגה"ק מקאשוי זי"ע.

וויל איך זאגען אז ער איז שוין ממילא פוחת והולך. עס איז געווען אשמועס צווישען די גדולי הדור מחו"ל עם הגאונים בעל .....והרב קאפעלמאן משווייץ והרב שולזינגער ממאנסי. צו ווארענען דעם איד אז טאמער ער וועט נאך נעמען א שטעלונג פון א ריינע רבנישע מחלוקה וויא דער עירוב וכדומה. וועט ער געאסערט ווערען לדורות בריש גלי.   נאר דער אמת איז  אז ער באקומט א גאר סאך געלט פון די אנטי עירובניקעס ער נעמט פון זיי גרויס געלט פאר יעדע מודעה פון זיי. און דאס איז זיין חיות און פרנסה. אבער דאס בארעכטיגט נאך אלץ נישט זיינע שייגעץ שטיקען.

 

דער בלאט וואלט עהם אויך געקענט צוריק חוזק מאכען פון זיינע פורים חברה. אבער מען זעהט וואס פארא פנים דער איד האט אויף די יודישע גאס .ער מאכט זיך צו שנאד אויף די יודישע ערענסטע גאס.



מיט אזא טיש וויא שושן פורים וויא מען קומט צוזאמען מאכען ליצנות אייין ברודער פון צווייטען. לעיני תינוקת של בית רבן.   דאס איז זייער חינוך. אזוי וויא איך האב שוין געשריבעןאז מען פלעגט שרייען אין די חדרים (נישט בפני רבינו זי":ע)  דער קלאצענבאגער גלח ימ"ש.  

אבער דערשולד זענען אויך נישט די חשובע ט . ברידער פון די אלטע חסידים וואס האבען דאס אנגעפירט. ווייל זיי האט מען אויך אזוי געלערנט.

איך ווייס אז ביי דיר זענען רבי רב מאירל פרימישלאנערס ווערטער וועגען לאקשען קוגעל מסיני . סתם א ליצנות. ווייל ביי דיר און דיין גלייכען זענען אלע ערליכע אידען א ליצנות נאר דער וואס בילט און שרייט שייגעץ פאר דיין אטנטערסע דער איז ביי דיר א צדיק נאר לפי שעה. אבער  ב"ה לא אלמן ישראל כלל ישראל האט א גוטען שמעק . און זיי ווייסען שוין היינט א סאך פון ענקער נארישען פאלטיק

קומטס טאקע צוזאמען לעת מצא דעם הייליגען טאג שושן פורים און לערנטס אויס ענקערע תינוקת של בית רבן און בחורי חמד צו לאכען מכל הקודש . און ווען זיי וועלען אי"ה אונטערוואקסען וועלען זיי לאכען פון ענק.

און איך וויל האבען א חלק פון אויפקלערען דעם כלל ישראל

מבטלין תלמוד תורה לקריאת מגילה. מגילה איז טייטש אויפדעקען דעם פארפוילטן קארופשאן און מסוה שקר. ויה"ר שנהיה דבקים באביי ורבא בהתמדה לכבוד שמך יתברך ויתעלה

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/3/2007 21:51 לינק ישיר 


לשון הניק "שויתי"

 
און דע זעלבע זאג איך צו עבד עברי מיטען לויזען צונג און שלשול אויפען פעדער, איך בין מוחה נמרצות אויף דיין נאכאנאנדיגע בזיון ת"ח, וואס דו רייסט אראפ און ביסט מבזה דיינים ורבני ישראל וואס האבען די "חוצפה" צו האלטען אנדערש ווי דיך, היידפארק שרייבערעל "עבד עברי" 


תשובה
קודם כל בין איך דיר מודיע אז אדרבה מיין פעדער האט גאר עצירות. ווייל ווען איך זאל מעגען ארויסשרייבען אפילו א פערטל וואס מען דארף וואלט איך חאטשיג געקענט משתיק זיין די מקטריגים און עס וואלט אפשר געווען יסכר פי דוברי שקר.

 

און נאכדעם כל . האב איך שוין א פאר מאל געשריבען אז אפילו ער וואלט געווען א אדמו"ר וואס ביי א סאך מענטשען וואלט ער אפילו באקרוינט געעוארן מיט הגה"ק. און ער וואלט געהייסען מבזה זיין יודען אדער ח"ו נאכשרייען. האט ער נישט קיין שום רעכט סיי בדיני תורה און סיי בדיני דמלכותא. און דער וואס וואלט עהם געפאלגט און נאכגעשריגען יודישע קינדער דער וואלט געווען א עבריין א רשע א שייגעץ. .

 

חוץ מזה ידידי מיין קאלעגע שויתי. האסט דאך זיכער אמאל געלערנט אביי ורבא. אפשר היינט האסטו נישט קיין צייט צו הארעווען און עוסק זיין בהוויות דאביי ורבא. דו שרייבסט דאך אז דו דארפסט ארבעטין צו ברענגען פרנסה אין שטוב.

דו ווייסט דאך טייערער אז דער היילגער רבי מרדכעלע נאדווערנער זי"ע פלעגט זאגען "אביי ורבא איז מקדש ומטהר" . נו! אז דו וואלסט געהארעוועט אין אביי ורבא אדער טאמער וואלט אויך דער רב געהארעועט אין דעם..  וואלטן  עהם אביי ורבא עפעס אויסגעלערנט. אויסגעאיידעלט.
 דער הייליגער דברי חיים זאגט "אביי ורבא" איז געווען צוויי שטיקער פייער פון הימעל איינס האט געהייסען אביי און דאס אנדערע רבא. די הייליגע גמרא רופט אהן די אנשי מחוזא "אבירי לב" שטארקע הערצער ווייל די הייליגע ווערטער פון אביי ורבא מאכט זיי ניישט ווייעך.

אבער פון דעם וואס דו האסט אמאל געלערנט ווייסטו דאך די הייליגע גמרא. "מוטב להיות שוטה כל ימיו מלהיות רשע שעה אחת"   בעסער צו זיין ענדערש א היידפארק שרייבערעל נ כל ימיו . וויא ענדערש מכשיל זיין טויזענטער יודען מיט נו"ט שקצים ורמשים. אפילו שעה אחת.

וואס טוסטו דיך אויף מיט עהם.. שעם דיך חאטשיג מיט עהם . ער איז דאך ממילא נישט דיין רב אזוי שרייבסטו דאך...  "תיתי לי דאפילו לגברא דכוותי לא מחניפנא" (מו"ק י"ז) .

פאלג מיך טייערער . לאז דיך אפ און זיי עוסק אביסעל אין די הייליגע ליכטיגע גמרא אפילו אהן תוספות.

 

אז עס וועט דיר עפעס שווער זיין. חאטשיג לכתחילה גלייך איך נישט צו שרייבען דא אין היידפארק אפילו באישי. הלכות. אדער אפילו א פשט אין א שווערען מהרש"א אדער א מג"א אדער א פמ"ג. . אבער לכבודך וועל איך דיר ענטפערען באישי אויף סיי וואס. אפילו אויף א קצות וועל איך דיר אויך גלייך ענטפערען לכבודך.  חאטש איך בין א געווייקטער חסיד איך גלייך נישט דעם ליטווישען דרך הלימוד. 

 

היינט איז דאך נאך אביסעל פורימדיג. דו ווייסט דאך אז איינמאל אין א פורים האט זיך א געמאכטער צו א אמתדיגער שיכור זיך אמאל פורים ארויפגעזעצט אויבן אהן לעבן רבין זי"ע.  און פורים ווען עס איז געווען ביים רבין זי"ע כטוב לב המלך ביין. האט ער זיך אנגערופן צו דעם יוד " ווען דו וואלסט אויך אויף געווען פערציג יאר יעדע נאכט און געהארעעוועט בתורה . וואלסטו אויך געהאט רשות זיך ארויפצוזעצען" (נאר פורים האט מען געקענט הערן פון רבין זי"ע אזאלכע מין דיבורים.

און איך קום מיך ח"ו נישט צוגלייכען. איך מאך דיר נאר א ווערטל . אז טאמער דו ווילסט אמתדיג לערנען און פארשטיין טיפע עניינים איז כדאמרן לעיל.

 

גלייב מיר איך וואלט אויך נישט געשריבען דא איך האב ווייניגער צייט וויא דו!. נאר איך מוז אויסלערנען די יונגעלייט און מענטשען וואס לייענען דא אדער שרייבען דא. די מיאוסקייט און געמיינהייט פון די רשעים וואס האבען פארקרומט די תורה און זענען מבזה שכינת עוזנו און תורתינו הקדושה והטהורה החביבה עלינו כבבת נפשינו.  יעדער זאל ווייזען פאר זיינע קינדער אל תהי כפלוני . זיי נישט וויא דער שייגעץ פושעי ישראל. . והוקע אותם נגד השמש וישוב חרון אף השם מישראל.

כשיש דין למטה אין דין למעלה.

און נכנס יין יצא סוד . דער היתר צו מסרן די רשעים חוץ דעם וואס עס איז הלכה אין שו"ע אין דאס דא בכתב פון דעם רב עושה העירוב בבארא פארק וואס איז מנעוריו א ת"ח עצום ונורא ויר"ש באמת. מיט די הסכמה דערויף פון בעל שבט הלוי בחתימתו. און פון איינעם אחד המיוחד מדייני ביד"צ העדה החרדית בעיה"ק ירושלים תובב"א.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/3/2007 21:45 לינק ישיר 

 

 



תוקן על ידי עבדעברי43 ב- 05/03/2007 21:49:58




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2007 23:07 לינק ישיר 

טייערע יודישע קינדערלעך.  קודם כל א דאנק פאר "באטשי" היקר וואס ענדליך איז ער צוריק דא אויף אונזער אשכול.
און נאכדעם אזוי וויא עס ב"ה געווארן א שיינע הערליכע צייט . און עפ"י הלכה ובוודאי לויט די קפידא פון רבי נתן אדלער זי"ע רבי פון הייליגען חת"ס זי"ע זענען פרויען אויך מחוייב צו הערן פרשת זכור וואס איז לכולי עלמא מדאורייתא. (נישט וויא רה"ר דאורייתא) .
על כן טייערע יודען עם קדוש עטס קענטס רוהיג ארויסגיין אויף די גאס סיי אין שול און סיי מענג זיין דעם הייליגען שבת קודש וואס אונדז זענען מיר נצטווה געווארן פון אונזערע הייליגע נביאים "וקראת לשבת עונג" וואס אין דעם זכות ווערט מען ניצול פון מלחמת גוג ומגוג(במהרה בימינו) און מען באקומט נחלה בלי מצרים.
עטץ קענטס מוציא זיין דעם שויתי וכת דילי' מיט די מצוה פון טראגען כדי לענג את השבת. ווייל זכין לאדם(טאמער ער איז א מענטש) שלא בפניו.
אבער די שרייערס (די רשעים וצדוקים) קענען עהם נישט מוציא זיין מיטן שרייען אפילו לשיטתו. ווייל "אין שליח לדבר עבירה". און וויא איז נאך דא א גרעסערע עבירה סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו . וויא מבזה צו זיין יודען און מבזה זיין די הייליגע תורה הקדושה מיט אזאלכע געמיינע זאכען

מילא ביי דעם אזויגערופענעם (רב) איז דאס נאכשרייען פון זיינע קליינע עבירות . ווייל המחטיא את הרבים מיט כמעט כל איסורין שבתורה ואכמ"ל. אין מספיקין בידו ח"ו.
דער הייליגער רבי אליעזר דזיקובער זי"ע זון פון ראפשיצער רב זי"ע האט אמאל געהערט דעם דברי חיים לייענען קריאת התורה. און דער דברי חיים האט געשריגען אינמיטן א פאר מאל. קולות
האט עהם רבי אליעזר'ל דזיקובער געפרעגט. רבי איך זעה דאך אויך אלעס וואס איר זעהט
נו! פארוואס האלט איך מיך צוריק און איך שריי נישט ?  האט עהם דער דברי חיים גענטפערט. יא ווען איך זעה אזוי ווייניג וויא דו וואלט איך מיך אויך צוריקגעהאלטן .ליידער "אתה רואה ראיה אחת ואני רואה שתי ראיות(מד"ר שמות) " איך זעה און זעה עכלה"ק.
ווען  סיי וועלכער ערליכער יוד אין די וועלט וואס האט נאר א טראפ יראת שמים . וואלט געוויסט אויף דעם אזויגערופענעם רב אפילו א פערטל פון דעם וואס איך ווייס . און מכ"ש דאס גאנצע וואס איך ווייס אויך נישט
.וואלט מען נישט נאר עהם מבזה געווען . נאר מען וואלט עהם גערודפט וויא פינקלן
אבער דאס איז זיכער אז אפילו ער וואלט געווען א ערליכער אב אפילו א אדמו"ר האט ער נישט קיין שום רשות לא בדיני תורה ולא להבדיל בדיני עכו"ם הייסן יודישע קינדער נאכשרייען נאך זייערע ברודער אידען
א גוטן שבת א גוטן פורים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2007 20:50 לינק ישיר 

עבדעברי אז שויתי וויל טאנצען מיט דיר וואטש דיר דיינע ביינער. פריער האט ער געטאנצען מיט מיר, ער האט  געדריקט מיין האנט. איך האב אנגעפאנגען צו שרייען וואס דריקסטי מיין האנט, שרייט ער ציריק אז איך דריק זיין האנט און איך מאך נאר מעשה פוטיפר

פון דאדארט, דו ביסט עס געוועין?

נעכטען געשעין און שוין האסטו פארדרייט די מעשה...

איך האב דיך נישט געדרוקט, איך האב פשוט אפגעלאזט דיין האנט, זיי נישט ברוגז פארוואס איך האב געמוזט טוישען פלאץ, סהאט זיך געשפירט ווי דו האסט זיך שוין א וואך נישט געוואשען... איך האב עס שוין נישט אויסגעהאלטען, איך האב דיך נישט געוואלט פארשעימען, האב איך זיך אזוי פריינטליך געגעיבען א דרוק דיין האנט און געלאפען צום אנדערען עק זוכען א נייע שכן...

(קען זיין אז דו גייסט געוועינטליך יא אין שאוער, אבער צוליב די היץ אין זאל פון די טאנצען האסטו שטארק געשוויצט, אבער איך האב עס נישט געקענט פארטראגען) זיי מיר מוחל..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2007 20:48 לינק ישיר 

שיויתי היקר

איך גיי נאך בשתיקה  דו פראווסט אריין צוזעצען אין אונזערע פארשטאפטע קעפ דעם דמיון צווישן טראגן אין שרייען, אבער מסרן אין שלאגן האלסטו איז גאהר עפעס אנדערש.

משא"כ די אנדערע צד האלט אז שרייען איז גלייך צו מסרן אין שלאגן.

עבד עברי מיט זיין גאנצע בקיאותו הגדולה אין שארפע פעדער קען דיך נישט איבערצייגן, ומה יענו אזובי קיר.

לאמיך פראוואן נאך איין מאהל, אפשר אין זכות פון שבת מלכתא וועט עס מיר געלונגען

וזה החלי בעזהשי"ת

טראגן אין איין עירוב איז א אויסגעפאסקענטע הלכה, און טשעפעט נישט קיינעם, סיי בדיני ישראל סיי בדיניהם.

מבזה זיין א אמענטש אין נאכשרייען איינעם דברי זלזול ברבים איז איין אטאקע סיי בדיני ישראל סיי בדיניהם, סאיז אין די זעלבע קאטעגאריע ווי שלאגן. 

די שאלה איז יעצט צו סאיז דא אויף דיר אחיוב מחאה.

פארשטיי גוט,דער חיוב מחאה מאכט נישט דאס שרייען ווינציגער שעדליך, דו טענה'סט נאר אז דער רב האט דיר מתיר געוועהן מיך צו שלאגן.

על זה אנו דנין,

דאס זענען אונזערע פונקטן.

א) סנישטא קיין שום חיוב מחאה ווען יענער טוט לפי הוראת רבו
ב) קיינער האט נישט אויף גענומען רז"ל ודוגמתו פאר רב הכולל פון וומב"ג
ג) דער רב וואס דו טענה'סט ער הייסט מוחה זיין, האט ברבים אויך אין די צייטונג צוריק געצויגן (ר' הלל וו"ב)
ד) דער רבי רז"ל נעמט אויף בכבוד גדול די אלע (לשיטתו) מכשילי הרבים. 
ה) לפי הנשמע האט רז"ל נישט געשריגן "מילך קעסטל" אדער "מחלליה מות יומת" אויך רח"ל ווען ער איז געוועהן דארט, אויך נישט אויף ר' פישלע והרב מאודווארי ומקארלסבורג, כאטש זיי זענען אלע  פון דעם בי"ד לעניני עירובין וואס פאסקענט אז מדארף מאכען איין עירוב אין ברוקלין. סאיז נישט קיין חילוק שבת צו אינדערוואכן, איז א ראיה מובהקת אז ער האלט נישט אזוי
ו) נישט נאר ר' ז"ל נאר קיין איין רב שרייט נישט נאך, משא"כ טראגן טראגן זיי יא!  איז א דיין גאנצער יסוד אז א רב הייסט שרייען,  א פאלשער.


יעצט אוי לי מיוצרי ואוי לי מיצרי.
 
טאמער וועסטו מיר אפענטפערן טויג דאך נישט,
אלא מאי דו וועסט נישט האבן וואס צו ענטפערן,   וועסטו דאך נעלם ווערן אויף א שטיק צייט כדרכך

ונלפענ"ד אז די וועסט אנכאפן דעם דרך הממוצע, במקום צו ענפערן צו דער זאך, וועסט שריייבן אזא אריכות גדול ווי די איגרות ראשונות מיט די אחרונות צו זאמען, ונשלוח בידי האחשתרנים בני הרמכים,

יעזור קוב"ה אז סזאל נתעורר ווערן די ימי הפורים יעדערפירט זיך משפחה ומשפחה, כדת וכהלכה, 
ולהיות כל איש שורר בביתו ומדבר
קיינער זאל נישט נאכשרייען קיין מענער מיט קיין ווייבער.  


,    תוקן על ידי - baachi - 02/03/2007 20:56:24



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2007 08:25 לינק ישיר 

איך האב געהערט רבי יחזקאל ראטה שליט"א, ער האט גבערענגט א זוהר וועגען ירושלים, און האט זייער משבח געווען דעם באראפארקער עירוב.

דער שטעירמאן איז געווען איינער פרידמאן, פעסט גערעט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2007 06:32 לינק ישיר 

איז דא א טעפ פון די מסיבה ?
ווער האט אלס גערעד ?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2007 01:08 לינק ישיר 



תוקן על ידי findodort ב- 02/03/2007 1:09:09




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2007 01:02 לינק ישיר 

עבדעברי אז שויתי וויל טאנצען מיט דיר וואטש דיר דיינע ביינער. פריער האט ער געטאנצען מיט מיר, ער האט  געדריקט מיין האנט. איך האב אנגעפאנגען צו שרייען וואס דריקסטי מיין האנט, שרייט ער ציריק אז איך דריק זיין האנט און איך מאך נאר מעשה פוטיפר.

_________________

 



תוקן על ידי findodort ב- 02/03/2007 1:05:47




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2007 00:22 לינק ישיר 

יישר כח וחילך פארן איינלאדענען מיך צו טאנצען אינאיינעם. 
אבער פארן שלוס וויל איך נאך מוסיף זיין . אז אמאל יארן צוריק ביי איינס פון די גרעסטע מערכות. האט איינער א רב געהייסן גיין . איינער וואס איז בכלל נישט אין איין גלייכען מיט דעם רב המתיר שרייען  נאר טויזענט מאל גרעסער וד"ל.
און רבה"ק זי"ע איז זייער בייז געווען אויף יענעם חאטשיג בגלוי האט ער עס נישט ארויסגעוויזען אבער יעדער האט דאס געוויסט.

און איינער פון די חשובע זקני הרבנים האט זיך אנגענומען פאר יענעם אז יענער טוט דאך א גוטע זאך (אזוי וויא דער בכלומערשטער רב ער הייסט דאך שרייען אויף מחללי שבתות (א דוגמא).

קען מען הערן אויפן טעיפ
 (דארט וויא איך האב געמאכט פינטלעך . איז ווייל איך וויל נישט ארויסשרייבען וואס דער רבי האט געזאגט כמובן)
וזה לשון קדשו אות באות.פאר יענעם רב וואס האט זיך אנגענומען פארן אנדערען רב. וז"ל
גיי דו נאר!! ווער הייסט דען גיין מוחה זיין ..... איינער וואס האט יראת שמים ... ער האט מורא פאר א עבירה.   איך האלט עהם נישט פאר אזוינעם...נאר!!!.גיי דו
דאס איז דער לשון הקודש וואס מיר האבען געהאט די זכיה צו הערן בימי קדם בהלו נרו על ראשינו דער קול ערב ונעים קול השם בכח קול השם בהדר . דעמאלס האט דאס אויך געמעגט זיין קול השם שובר ארזים.       נישט צו זאגען אויף טעראריסטן די זיסע קולעכלעך.  
און טאקע דער טעראריסט  וואס האט זיך אנגענומען פארן ניקלשבורגער. אזוי וויא דו שרייבסט אויבן און היינט האט ער מוציא שם רע געווען אז די חברה עירוב מאכערס האבען עהם געוואלט הארגענען.

א גוטן פרייליכען פורים און בריות גופא ונהורא מעליא לעשות רצון הבורא יתברך שמו מתוך שמחה ונחת והרחבת הדעת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2007 23:55 לינק ישיר 

דו קענסט ווייטער ממשיך זיין,

און די מחלוקה צווישען בעלזא און בעלזא

און צווישען באבוב און באבוב

און צווישען ספינקא און ספינקא און ספינקא

און צאנז קלויזנבורג מיט צאנז קלויזענבורג

דעיס איז אלעס מחלוקת צווישען קהילות, א מחלוקת וואס רירט כמעט יעדעם אן או לכאן או לכאן איז דער עירוב, דעיס נעמט ארום יעדעם יחיד נישט קיין חילוק ווי ער בעלאנגט, איינעם טוט וויי אז מטראגט איינעם טוט וויי אז משרייט, די הונטערשטע שורה אז סהאט פאקטיש צוריסען ידידים און משפחות, שכנים און גוטע פריינט

יעצט טייערע עבד, לאמיר אריבערגיין אביסעל טאנצען אינאיינעם דא אויבען..

שוין גענוג זיך געשלאגען, לאמיר נאכען אויספאסטען זיך טרעפען ביי די לעבעדיגע ריקודים

http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2152291



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2007 21:20 לינק ישיר 

די מחלוקה אין סאטמאר אליין איז א סאך קלענערע מחלוקה וויא די עירוב מאכערס
די מחלוקה צווישן סאטמאר און בעלז מ"ב מ"ג איז א סאך קלענער וויא די עירוב מחלוקה
די מחלוקה סאטמאר קלו"ב תשי"ז איז א סאך קלענער.

א קשיא? פארוואס . שרייסטו דו טאקע נישט . עס איז דאך א מצוה לויט א רב וואס דו האלטס פון עהם

זעהט אויס דו האסט אין דיר יא אביסעל איידלקייט.
 והא ראי' דו בעטס מען זאל מפציר זיין בתפילה פארן חשובען ווינער רב שליט"א און דו שרייבסט "לקיים בנו חכמי ישראל"   חאטש ער האט ברבים אין פרק פארלערנען. ברמז אראפגעריסן יענעם רב און ער האט געזאגט "ח"ו צו רופן יודישע קינדער מיט לשונות של גנאי" מילך קעסטלעך" 
ישראל עם קדוש האט דער ווינער רב שליט"א אויסגעשריגען!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2007 20:53 לינק ישיר 

א פיינע היכי תימצא

וויאזוי איז אבער, ווען דער זעלבער וואס טראגט פארפוילטע ארענדשעס, איז דער זעלבער וואס שלאגט, און דערנאך ווערט ער א מסור, און גייט מסרן?

ווייל וויפיל מאל דו וועסט עס איבערזאגען, וועט זיך די מציאות נישט טוישען, דעי וואס שרייען שבת זענען מוחה מיט די מויל, און הייבען נישט קיין הענט, און דו ווייסט דעיס בעסער פון מיר, די הענט האבען געהויבען און הייבען און וועלען ווייטער הייבען (אויזער אויב סעט אריין אין די שלעגערס א הרהור תשובה) דעי וועלעכע טראגען די פארפוילטע ארענדשעס, חוץ מיאוסע ווערטער, קללות און זידלערייען מיט קולי קולות (זיי מעגען יא שרייען...) האבען זיי א טרויעריגע היסטאריע פון הייבען הענט

קיין רב הייסט נישט שלאגען, און קיינער וועט נישט קענען זאגען אז זיין רב האט געהייסען שלאגען, נישט קיין מוחה און נישט קיין טרעגער

אויף טראגען זאגסטו אז סאיז דא רבנים וואס זענען מתיר, אפילו סאיז דא אנדערע רבנים וואס האלטען אז סאיז חילול שבת, אבער דו טענהסט אז ער מעיג רואיג טוהן אפילו פארפוילטע ארענדשעס, ווייל ער טוט וואס זיין רב זאגט עים אז סאיז גוט

דעי זעלבע מיט דעים מוחה, ער טוט פונקטליך לויט די תורה ווי זיין רב הייסט עים, אפילו דו טענהסט אז סאיז מחלוקת, דעי טענה פון מחלוקת ווייס דער רב פונקט אזוי און דאך האט ער געזאגט פאר זיינע מענטשען אז ממעיג און מדארף שרייען שבת

דער מוחה איז פונקט אזוי אויסגעהאלטען לויט דיינע טענות

(אז דו רעדסט שוין פון מחלוקת, סדא רבנים וואס האלטען נישט אין הלכה אזוי שטארק קעגען עירוב, אבער זיי לאזען נישט טראגען וועגען מחלוקת, איז אויב רעדסטו פון מחלוקת, איז נישטא קיין גרעסערע מחלוקה מאכערס אין די וויליאמסבורגע היסטאריע ווי די מאכער פון דעים ווייערלעס א.ג. עירוב, )




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ועד העירוב פון בארא פארק.. געוואלדיגע הצלחה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext