בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ועד העירוב פון בארא פארק.. געוואלדיגע הצלחה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/3/2007 21:51 לינק ישיר 


לשון הניק "שויתי"

 
און דע זעלבע זאג איך צו עבד עברי מיטען לויזען צונג און שלשול אויפען פעדער, איך בין מוחה נמרצות אויף דיין נאכאנאנדיגע בזיון ת"ח, וואס דו רייסט אראפ און ביסט מבזה דיינים ורבני ישראל וואס האבען די "חוצפה" צו האלטען אנדערש ווי דיך, היידפארק שרייבערעל "עבד עברי" 


תשובה
קודם כל בין איך דיר מודיע אז אדרבה מיין פעדער האט גאר עצירות. ווייל ווען איך זאל מעגען ארויסשרייבען אפילו א פערטל וואס מען דארף וואלט איך חאטשיג געקענט משתיק זיין די מקטריגים און עס וואלט אפשר געווען יסכר פי דוברי שקר.

 

און נאכדעם כל . האב איך שוין א פאר מאל געשריבען אז אפילו ער וואלט געווען א אדמו"ר וואס ביי א סאך מענטשען וואלט ער אפילו באקרוינט געעוארן מיט הגה"ק. און ער וואלט געהייסען מבזה זיין יודען אדער ח"ו נאכשרייען. האט ער נישט קיין שום רעכט סיי בדיני תורה און סיי בדיני דמלכותא. און דער וואס וואלט עהם געפאלגט און נאכגעשריגען יודישע קינדער דער וואלט געווען א עבריין א רשע א שייגעץ. .

 

חוץ מזה ידידי מיין קאלעגע שויתי. האסט דאך זיכער אמאל געלערנט אביי ורבא. אפשר היינט האסטו נישט קיין צייט צו הארעווען און עוסק זיין בהוויות דאביי ורבא. דו שרייבסט דאך אז דו דארפסט ארבעטין צו ברענגען פרנסה אין שטוב.

דו ווייסט דאך טייערער אז דער היילגער רבי מרדכעלע נאדווערנער זי"ע פלעגט זאגען "אביי ורבא איז מקדש ומטהר" . נו! אז דו וואלסט געהארעוועט אין אביי ורבא אדער טאמער וואלט אויך דער רב געהארעועט אין דעם..  וואלטן  עהם אביי ורבא עפעס אויסגעלערנט. אויסגעאיידעלט.
 דער הייליגער דברי חיים זאגט "אביי ורבא" איז געווען צוויי שטיקער פייער פון הימעל איינס האט געהייסען אביי און דאס אנדערע רבא. די הייליגע גמרא רופט אהן די אנשי מחוזא "אבירי לב" שטארקע הערצער ווייל די הייליגע ווערטער פון אביי ורבא מאכט זיי ניישט ווייעך.

אבער פון דעם וואס דו האסט אמאל געלערנט ווייסטו דאך די הייליגע גמרא. "מוטב להיות שוטה כל ימיו מלהיות רשע שעה אחת"   בעסער צו זיין ענדערש א היידפארק שרייבערעל נ כל ימיו . וויא ענדערש מכשיל זיין טויזענטער יודען מיט נו"ט שקצים ורמשים. אפילו שעה אחת.

וואס טוסטו דיך אויף מיט עהם.. שעם דיך חאטשיג מיט עהם . ער איז דאך ממילא נישט דיין רב אזוי שרייבסטו דאך...  "תיתי לי דאפילו לגברא דכוותי לא מחניפנא" (מו"ק י"ז) .

פאלג מיך טייערער . לאז דיך אפ און זיי עוסק אביסעל אין די הייליגע ליכטיגע גמרא אפילו אהן תוספות.

 

אז עס וועט דיר עפעס שווער זיין. חאטשיג לכתחילה גלייך איך נישט צו שרייבען דא אין היידפארק אפילו באישי. הלכות. אדער אפילו א פשט אין א שווערען מהרש"א אדער א מג"א אדער א פמ"ג. . אבער לכבודך וועל איך דיר ענטפערען באישי אויף סיי וואס. אפילו אויף א קצות וועל איך דיר אויך גלייך ענטפערען לכבודך.  חאטש איך בין א געווייקטער חסיד איך גלייך נישט דעם ליטווישען דרך הלימוד. 

 

היינט איז דאך נאך אביסעל פורימדיג. דו ווייסט דאך אז איינמאל אין א פורים האט זיך א געמאכטער צו א אמתדיגער שיכור זיך אמאל פורים ארויפגעזעצט אויבן אהן לעבן רבין זי"ע.  און פורים ווען עס איז געווען ביים רבין זי"ע כטוב לב המלך ביין. האט ער זיך אנגערופן צו דעם יוד " ווען דו וואלסט אויך אויף געווען פערציג יאר יעדע נאכט און געהארעעוועט בתורה . וואלסטו אויך געהאט רשות זיך ארויפצוזעצען" (נאר פורים האט מען געקענט הערן פון רבין זי"ע אזאלכע מין דיבורים.

און איך קום מיך ח"ו נישט צוגלייכען. איך מאך דיר נאר א ווערטל . אז טאמער דו ווילסט אמתדיג לערנען און פארשטיין טיפע עניינים איז כדאמרן לעיל.

 

גלייב מיר איך וואלט אויך נישט געשריבען דא איך האב ווייניגער צייט וויא דו!. נאר איך מוז אויסלערנען די יונגעלייט און מענטשען וואס לייענען דא אדער שרייבען דא. די מיאוסקייט און געמיינהייט פון די רשעים וואס האבען פארקרומט די תורה און זענען מבזה שכינת עוזנו און תורתינו הקדושה והטהורה החביבה עלינו כבבת נפשינו.  יעדער זאל ווייזען פאר זיינע קינדער אל תהי כפלוני . זיי נישט וויא דער שייגעץ פושעי ישראל. . והוקע אותם נגד השמש וישוב חרון אף השם מישראל.

כשיש דין למטה אין דין למעלה.

און נכנס יין יצא סוד . דער היתר צו מסרן די רשעים חוץ דעם וואס עס איז הלכה אין שו"ע אין דאס דא בכתב פון דעם רב עושה העירוב בבארא פארק וואס איז מנעוריו א ת"ח עצום ונורא ויר"ש באמת. מיט די הסכמה דערויף פון בעל שבט הלוי בחתימתו. און פון איינעם אחד המיוחד מדייני ביד"צ העדה החרדית בעיה"ק ירושלים תובב"א.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/3/2007 21:55 לינק ישיר 

 

און בדרך אגב. וועגען דעם פאשקעוויל "דער איד" וואס איז שוין אמאל געאסערט געווארן דורך די בני יואל רבנים ובראשם הגה"ק מקאשוי זי"ע.

וויל איך זאגען אז ער איז שוין ממילא פוחת והולך. עס איז געווען אשמועס צווישען די גדולי הדור מחו"ל עם הגאונים בעל .....והרב קאפעלמאן משווייץ והרב שולזינגער ממאנסי. צו ווארענען דעם איד אז טאמער ער וועט נאך נעמען א שטעלונג פון א ריינע רבנישע מחלוקה וויא דער עירוב וכדומה. וועט ער געאסערט ווערען לדורות בריש גלי.   נאר דער אמת איז  אז ער באקומט א גאר סאך געלט פון די אנטי עירובניקעס ער נעמט פון זיי גרויס געלט פאר יעדע מודעה פון זיי. און דאס איז זיין חיות און פרנסה. אבער דאס בארעכטיגט נאך אלץ נישט זיינע שייגעץ שטיקען.

 

דער בלאט וואלט עהם אויך געקענט צוריק חוזק מאכען פון זיינע פורים חברה. אבער מען זעהט וואס פארא פנים דער איד האט אויף די יודישע גאס .ער מאכט זיך צו שנאד אויף די יודישע ערענסטע גאס.



מיט אזא טיש וויא שושן פורים וויא מען קומט צוזאמען מאכען ליצנות אייין ברודער פון צווייטען. לעיני תינוקת של בית רבן.   דאס איז זייער חינוך. אזוי וויא איך האב שוין געשריבעןאז מען פלעגט שרייען אין די חדרים (נישט בפני רבינו זי":ע)  דער קלאצענבאגער גלח ימ"ש.  

אבער דערשולד זענען אויך נישט די חשובע ט . ברידער פון די אלטע חסידים וואס האבען דאס אנגעפירט. ווייל זיי האט מען אויך אזוי געלערנט.

איך ווייס אז ביי דיר זענען רבי רב מאירל פרימישלאנערס ווערטער וועגען לאקשען קוגעל מסיני . סתם א ליצנות. ווייל ביי דיר און דיין גלייכען זענען אלע ערליכע אידען א ליצנות נאר דער וואס בילט און שרייט שייגעץ פאר דיין אטנטערסע דער איז ביי דיר א צדיק נאר לפי שעה. אבער  ב"ה לא אלמן ישראל כלל ישראל האט א גוטען שמעק . און זיי ווייסען שוין היינט א סאך פון ענקער נארישען פאלטיק

קומטס טאקע צוזאמען לעת מצא דעם הייליגען טאג שושן פורים און לערנטס אויס ענקערע תינוקת של בית רבן און בחורי חמד צו לאכען מכל הקודש . און ווען זיי וועלען אי"ה אונטערוואקסען וועלען זיי לאכען פון ענק.

און איך וויל האבען א חלק פון אויפקלערען דעם כלל ישראל

מבטלין תלמוד תורה לקריאת מגילה. מגילה איז טייטש אויפדעקען דעם פארפוילטן קארופשאן און מסוה שקר. ויה"ר שנהיה דבקים באביי ורבא בהתמדה לכבוד שמך יתברך ויתעלה

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2007 06:07 לינק ישיר 

און לאמיר צוריקגיין צו  די התחלה פון דעם אשכול "וועד העירוב פון בארא פארק . געוואלדיגע הצלחה" 
כדי עס זאל זיין סמוך לחתימה מעין הפתיחה(פסחים קד) .  און אזוי וויא א שיין פשטעל איז נאר ווען ביים סוף קומט מען צוריק צום אנפאנג פשטעל . אזוי וויא דער רש"ל שרייבט אין יש"ש ככדור וויא להבדיל א "באלל" .

קום איך יעצט צוריק וועגען די ערשטע תגובה וואס איך האב געשריבען וועגען א קידוש השם אין וויליאמסבורג. אז טאמער דו ווילסט זעהן א שיינעם מעמד פונעם עירוב אין וויליאמסבורג. קענסטו קוקען אויף די "ווידעאס" "פילמס" פונעם פאריאריגען "מעמד זיכוי הפת" בעפאר פסח. וויא עס זענען געזעצען גדולי הרבנים פון די שטאט און מען האט געהערט דברות קודש בשבח העירוב. (טאמער דו קוסט בכלל "ווידעא"... אז נישט דארפסטו דאס אויך נישט קוקען כמובן" אבער איך בין דיך נישט חושד ח"ו אז דו קוקסט נישט)
כאטשיג דער מעמד איז געמאכט געווארן בחשאי איינס פון די טעמים איז ווייל אין לך דבר יפה מן הצניעות וראיה לדבר לוחות אחרונות שנתקיימו ולא לוחות הראשונות שניתנו בפומבי ונשתברו.(רש"י הקדוש בפרשה זו כי תשא קאפיטל ל"ד פסוק ג) 
אבער כבר היה לעולמים אזוי האט מען אויך געטון אין שפאניען בשעת די גזירת שמד פון די פארשאלטענע אינקוויזיציע מען האט געפראוועט די סדרים ליל התקדש חג הפסח. און דעם הייליגען טאג יום הקדוש אין קעלערען מחמת המציק.
 און אזוי האט מען געטון בימי היוונים קודם שנצחו בית חשמונאי מען האט עוסק געווען בתורה בחדרי חדרים. אבער אי"ה עצתם תופר לא תקום ולא תהי' ודבר א-קינו יקום לעולם(מנחת קנאות (בימי הרשב"א פ"ט)  ונצח ישראל לא ישקר ולא יכזב .ותוציא לרוחה כל האנוסים ביד גאים ותחון זכות אבות (רבינו החיד"א) .



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ועד העירוב פון בארא פארק.. געוואלדיגע הצלחה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.