בית פורומים כל העולם כולו

ר' אהרן ט"ב ציט צוריק: שרייט אז קינדער מוזן יא ארויסגעווארפן ווערן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/2/2007 23:15 לינק ישיר 
ר' אהרן ט"ב ציט צוריק: שרייט אז קינדער מוזן יא ארויסגעווארפן ווערן

עס רודערט זיך ביי די ארונים אין מאנרא נאך דעם וואס דער ראשקעבעהאג איז אריין געקומען אין ווייסן שול און אנגעפאנגען צו שרייען אויף וואלף גליק, היתכן מען האט נאכנישט ארויסגעווארפן די קינדער פון... פון די מוסדות.
 
עס רעדט זיך פון דעם ארונישן טאטן וואס האט זיך מתחצף געווען פאר דוד עקלשטיין, וואס דערפאר האט מען אים דן געווען למיתה. מען האט מפקיר געווען זיין בלוט, און ארויסגעגעבן א פאטווא פאר די יעשיווע באיעס אז ער דארף האבן דעם זעלבן סוף ווי יאסל וואלדמאן און אלע אנדערע "מחוצפים".

למעשה האט מען יעצט ארויסגעווארפן יענעמס קינדער פון די מוסדות, און סאיז געווארן א שרעקלעכע איבערקערעניש, די ארונים האבן אנגעפאנגען צו רודערן און די ארונישע מינאריטי פירערס פון וומ"ס, בארא פארק און ב"ב האבן געקאלט ר' אהרן סטראשענען אז אויב ער הערט נישט אויף מיט זיינע משוגעתן און ווערט א נארמאלער בי ווי יעדע אנדערע נארמאלע רבי, דאן וועט מען אים קרוינען אלץ רבי פון ועד הצניעות.
 
פרטים יבואו.
_________________


איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...

תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 28/02/2007 0:01:52



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2007 17:36 לינק ישיר 

לולא - דיין אינסייד אינפארמעשן קומט אפשר פון דיין נאנטער ידיד ר' חיים שלמה רייך פון מאנטרעאל ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2007 04:48 לינק ישיר 

אידעלע, ביטע רעד ווייניגער פון די ווילידזש וואלן. דו שפילסט נאר אריין אין די הענט פון די ווילידזש, וד"ל. איך ווייס סאך מער ווי דיך איבער דעם אינסייד קאמפיין וואס דארט קומט פאר אבער איך רעד נישט.

--- ------- ילחם לנו ואנו יחרישון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2007 03:00 לינק ישיר 

איך וועל מודה זיין אז ער איז א רבי א פוסטער משוגענער וואס פירט ענק אלע אין דער ערד אריין מיט זיינע הימלישע גייסטישע כוחות.

מיר וועלן רעדן אי"ה נאכאמאל נאך די נעקסטע ווילעדזש וואלן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2007 23:55 לינק ישיר 

מאדנע, איז די משפחת ב. פארבינדן צו ב. וואס וויל זיך נעמען דאס לעבן? כ'בין שוין אינגאנצן צעמישט.

ליצנות אין א זייט, איך זע דא אן אינטערעסאנטן "היתר כרוך". אויב זענען דיינע ווערטער ריכטיג, אז דער סאטמארער רבי איז גרייט צו פארלירן זיינע אייגענע מענטשן ביים טון עפעס וואס ער האלט אז ס'פעלט אויס פאר די קדושה פון זיין שטאט, מוזטו בהכרח מודה זיין אז ער באזיצט אויסטערלישע גייסטישע כוחות, אויף א פארנעם וואס איז היינט אויסטערליש זעלטן צו טרעפן.

קענסטו דאס מודה זיין אפן מיט א פולן מויל, אדער וועסטו יעצט שנעל צוריקציען פון דיינע באהויפטונגען כאילו ער פארלירט אלע זיינע חסידים?! If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2007 14:20 לינק ישיר 

אלע מיסטן שיקט מען צו ענק .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2007 02:55 לינק ישיר 

רשעות שמישעס. די גאנצע ב. משפחה וואס איז ביז א חודש צוריק געווען פאנאטישע ארונים גייען יעצט מיט קוויטלען צום סאטמארן רבי'ן שליט"א, און דער טאטע איז שוין אפילו געקומען איינשרייבן זיינע ארויסגעווארפענע קינדער אין אונזערע מוסדות.

ארונים, גייטס אן מיט ענקער טעראר, שיקטס אריבער וואס מער פון ענקערע צו אונז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2007 21:35 לינק ישיר 

קוק אין שפיגל פארוואס איז דיינע ווערטער דא נישט נוגע?

דאס נעמען א חשוב'ן אינגערמאן און אים אויסשמירן על לא עול בכפו, איז א פארברעך מאין דוגמתו.

דאס צאפן דאס בלוט פון א יונגערמאן איז א רשעות שאין כמוהו.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2007 21:30 לינק ישיר 

אן ארוני גיט מיר א מאך מיט דער האנט... ווי צו זאגן:
מילא, עטס וועטס געווינען די וואלן... ווייל מיר וועלן אויך שטימען מיט ענק... אבער עטס קענטס נישט!!!!


איך האב איך געזאגט: א גרויסן שקויעך.
א שקויעך פאר עקלשטיין
א שקויעך פאר פישער
א שקויעך פאר'ן ראשקעבאהא"ג...

מיר זענען מכיר טובה פאר יעדן... BUT IT'S TIME FOR YOU TO GO

איך האב צוגעלייגט: "איך האב אלץ געוויסט אז עטס וועטס בקרוב פארלירן די וואלן... אבער אז ענקער גבאי און ענקער רעבע זאלן עס דעליווערן... דאס איז שוין נחת!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2007 21:09 לינק ישיר 

עס האלט ביי א רעוואלוציע ביי די ארונים.

איך האב גדערעדט צו מערערע ארונים און זיי שוימען אזוי געפערליך אויף זייער קהילה, אויף זייער גבאי און אפילו אויף זייער רעבע...

זיי רעדן על ה', על משיחו און אויך אויף ננתקה... רח"ל....

ווי עס קוקט אויס וועט אי"ה זיין פרייליך ביי די קומענדיגע וואלן פארן ווילידזש.

מיר אינאיינעם מיט די דעפרעסטע ארונים, וועלן איינמאל פאר אלעמאל דערלאנגען דעם טויטקלאפ פאר דעם ראשקעבאהא"ג.

נידער מיט דעם סאדאם רעזשים !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' אהרן ט"ב ציט צוריק: שרייט אז קינדער מוזן יא ארויסגעווארפן ווערן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext