אויך האט דער דיין שליט"א מוחה געווען אויף די בזיון התורה וואס מען האט געמאכט מיטן ווינער רב הרב ר' משה ארי פריעדמאן שליט"א אין ליזענסק.
וואס ליידער אין דעם דור השפל האט מען דעם שב"ק מבזה געווען די צוויי גדולי הרבנים שליט"א.
נשלח ב-11/3/2007 18:13
דער דיין רבי שלום שליט''א האט היינט אינדערפרי מוחה געווען אין בית המדרש המפואר אויף די בזיונות וואס מען האט גורם געווען פאר רח''ד קאץ פארגאנגענעם ליל שבת קודש אין בארא פארק, זאגענדיג ' לא זו הדרך '.
_________________
נשלח ב-9/3/2007 17:03
איז מעגליך אז דער דיין רבי שלום שליט''א וועט אמאל זיין א קאנדידאט אויפן רבנות שטעלע פון ירושלים?
_________________
נשלח ב-9/3/2007 06:40
געווען יעצט אויף א בר מצוה אין וויליאמסבורג און דער דיין רבי שלום איז שוין געזעסן אויבנאן.
_________________
נשלח ב-8/3/2007 19:33
וואס איז דער פלאן? גייט רבי ישראל חיים מנשה אדער רבי שלום זאגען א שיעור כללי אין הלכות פסח? און אויב יא , ווען, וואו,?
_________________
נשלח ב-8/3/2007 07:59
וויפיל מענטשן האבן איבערגעטרעטן דעם שוועל ביים דיין אום פורים? און וויפיל האבן איבערגעלאזט פורים געלט?
נשלח ב-7/3/2007 23:25
וואס טוט זיך מיט די וואלן אין קרית יואל וואס דו האלסט אין איין געווינען?
נשלח ב-7/3/2007 18:34
עס איז שוין געווען וואלן פאר גאב''ד ירושלים און דער ראב''ד הק' פון וומ''ס האט געוונען און געבליבן אין ווילי .
נשלח ב-7/3/2007 18:27
פון וואלען ווילסטו נישט רעדן
איך פארשטיי פארוואס. דיין נישט רעדן, רעדט גאר גאר הויעך. דעמאלטס וועט מען זען וועלכע דיינים זענען אויסגעשפילט.
נשלח ב-7/3/2007 15:57
אידעלע, דו רעדסט פון וואלן וואס גייט אמאל זיין. איך רעד פון היינט. כהיום איז דער דיין רבי ישראל חיים מנשה מופרך און אפגעפרעגט ביי טויזנטער סאטמארער חסידים צוליב זיינע פאליטישע פסקים.
_________________
נשלח ב-6/3/2007 22:14
אזוי?
א רבן בישראל, זאגט אויף עפעס אז ס'איז כפירה ומרידה, ס'איז פון די שלוש שבועות און מ'פרעגט אים נישט. נישט מ 'פרעגט אים נישט. נאר ער איז געווען דארט רב. און כמעט יעדער פייפט אים אן.
דעם מעסעזש וואס איך זעה איז קאלטע אפיקורסות פון דעם ראשקעבאה"ג וואס האט גערופן זיין טאטן בערכאות.
נאך עפעס זעה איך.
אז ווען זיינע שווענצלעך זענען נישט צופרידן מיט זיין הנהגה, זאגן זיי די זעלבע זאך. מיר וועלן נישט שטימען פאר זיין ליסטע. מיר וועלן שטימען פאר באנדא. מיר וועלן אים ווייזען אז מיר זענען נישט זיינע שווענצעלעך... וואס איז דאס? וועלכע מין מעסעדזש זעסטו אין דעם.
א פאליטישע - אדער א מעסעדזש פון באנקראט אדער גאר פון "בור כרה"
שור'לע זיי מסביר בטוב טעם.
נשלח ב-6/3/2007 22:04
ומכאן אזהרה רבה צום דיין רבי שלום, אז ער זאל חלילה קיינמאל נישט ארויסגעבן קיין פאליטישן פסק אדער הוראה.
_________________
נשלח ב-6/3/2007 21:31
די בני יואל זענען ג'אסר'ט פון רבינו הק' ''ברך משה'' זצוקלה''ה און דער ערשטער וואס ווידער געשפעניגט דעם איסור פאר שמוציגע פאליטיק איז דער ''בן יקיר וחביב'' ער האט געמיינט אז אזוי וועט ער זיך איין שאפן חסידים דער ווייל האט ער געגעסן פארשטינקענע פיש און מען האט אים פון דער שטאט ארויס געווארפן .
נשלח ב-6/3/2007 21:00
די מיליאנען משתתפים בבחירות האבן קיינמאל נישט מקבל געווען קיין הוראה פון די אוסרי הבחירות. מה שאין כן די רבבות קוראי ה'בלאט וועלכע פלעגען אנפרעגען נישט פאליטישע שאלות ביים דיין אין די לעצטע 37 יאר , שיקן אים וועכנטליך א מעסעדזש אז פאליטישע פסקים זענען נישט אקצעפטירבאר ביי שלומי אמוני ישראל , אפגעזעהן ווער עס האט אים ממנה געווען.
_________________
נשלח ב-6/3/2007 20:52
ביי די וועי הרב שור. (אפשר ביסטו גאר דער דיין אליינס. ווייל איך זעה אז זיין סמיילי ארבעט. (א סימן אז ער איז ONLINE)....
אפשר שיקן די מיליאנען אידן שומרי תורה ומצות וועלכע גייען צו די בחירות, דעם זעלבן מין מעסעדזש צום בעל ויואל משה, אז זיי אקצעפטירן נישט קיין פאליטישע איסורים?