| נשלח ב-6/3/2007 10:58 |
|
| |
כל שיש לו יד פושטה !
אמאליגע צייטן איז שושן פורים נישט געווען קיין יום טוב,
יא מען האט נישט געזאגט קיין תחנון, אבער מען איז נישט געגאנגען אין בגדי שבת,
ווייל אין יענע יארען איז מען נאך געגאנגען אין די ארבעט אריין (מיט די לאנטש בעג),
יא מען האט געזאמעלט געלט, אבער עס איז געווען 90% געבערס און 10% נעמערס,
היינט האט מען אויסגעדרייט דעם כל הפושט יד נותנים לו, אויף כל שיש לו יד פושטה !
עס זיינען דא 90% נעמערס און 10% געבערס,
דער גאנצער עולם גייט שנארען פון ערב פורים ביז מוצאי שושן פורים,
מען זוכט נאר די גרויסע געלטער, ממילא ווערען די וואס געבען קליין געלט ניצול,
מתנות לאביונים האט צו טוהן מיט קריאת המגילה, איז ווי קומט מתנות לאביונים שושן פורים. קשיא
שושן פורים איז געווארען א גרויסער יום טוב, הגם קיינער פארשטייט נישט פונקטליך פארוואס,
עס קען זיין אז די פארטייען דאפען זיך אפרעכענען איינער מיטן אנדערען,
האט מען שושן פורים באשטימט אז דער רבי פירט טיש און מען שטעלט אוועק א היימישען בדחן,
און ער נעמט אפיר די שונאים, און מען צעלייגט זיי מיט גוטע שארפע וויצליך,
וואס בלייבט אייך נאך דעם לאנגען יום טוב, שירים פון די משלוח מנות, א באקס פול מיט נאש וואס קיינער דארף נישט,
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 21:12 |
|
| |
יושע 550,
וועם עס שטערט? וועמען נישט? אז צווישן יעדן אות פון דאווענען דארף מען זעקס מאל אויפהייבן די אויגן אדער די האנט, צו געבן געלט אדער ווייזן אז מען האט נישט. מען קען נישט מצמצם זיין דעם קאפ אפילו פאר צוויי מינוט. עס איז נאך ערגער ביי חתונות. מען קען נישט עסן איין לעפל נאכן צווייטן.
איך וויל נישט אוועקמאכן דעם גרויסן זכות פון צדקה; אבער מ'דארף פארשטיין אז אלעס האט א שיעור. אז אידן גיבן צדקה, דארף מען נישט "אביוזן" דעם סיסטעם. אין הקומץ משביע את הארי. א קליינער טייל פון כלל ישראל, וואס ארבעט שווער אויף די וועידזשעס אהיימצוברענגען די פאר אויסגעקארגטע הונדערטערס א וואך, איז נישט גענוג אויסצוהאלטן אלע ארץ ישראל'דיגע אידן חתונה צו מאכן, און אלע מוסדות פון איבער די גאנצע וועלט, און אלע אנדערע וואס האבן נאכנישט געטראפן קיין ארבעט.
איך וואלט געמאכט א המצאה, אז גענוי ווי ביי די פרויען ביי די חתונות, זענען דא בענקלעך אדער טישן, וואס דארט זעצן זיך אלע נויטבאדערפטיגע, און יעדער לייגט אריין וואו און וויפיל ער וויל, אזוי זאל זיין ביי מענער חתונות, און אפשר אפילו אין די מדרשים (נישטא קיין פלאץ, הא?), אדער זאל מען לייגן בעקעלעך אזוי ווי ערב יוהכ"פ, און שלום על ישראל. דאס קומען מוטשען, און פילע געלט גייער, אויב מען גיט זיי נישט פינף דאלער, זאגן זיי, אפשר קענט איר געבן עפעס מער? ס'איז גאר א וויכטיגע צוועק! הגם זיי זענען גערעכט, און הלואי איך העט געקענט זיי ארויסהעלפן עד ביאת הגואל, אבער וויפיל איך גיב איז שוין אסאך, אי האב ב"ה אויעט מיינע חובות, און איך פרוביר צו געבן צדקה, מעשר, איך וועל געווענליך זיך אנשטרענגען צו געבן עפעס, אבער די מוסדות וואס מוטשען און צווינגען, אדער געלט גייער וואס פייניגן, איז א עוולה, און דאס שטערט!
אין "דער בלאט" די וואך, ברענגט איינער פון שו"ע אז די וואס צווינגען צו געבן צדקה איינער וואס האט נישט, האט אן עבירה! איך געדענק נישט גענוי וואו עס שטייט. אבער עס איז פשוט!
איך וויל נישט מאריך זיין, אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבער דעם נושא, און יעדער בר דעת פארשטייט אז מען ציהט איבער דאס שטריקל. משולחים איז א געהעריגע ביזנעס, אפילו דרייווערס פון משולחים, מ'פארדינט שיין דערויף, מען קען כמעט זאגן "אך און וויי פאר א איד וואס געווינט די לאטערי". מ'לאזט אים נישט קיין מנוחה. אודאי בין איך מקנא זיין עוה"ב, אבער נישט אויף דער וועלט. נישטא קיין טאג מיט מנוחה!
די "צייטשריפט" האט געהאט א שמועס דערוועגן לעצטנס, און גע'טענה'ט הלמאי אזויפיל יונגעלייטלעך מיט געלט באהאלטן זיך, און שטיצן נישט אזוי ווי אמאליגע צייטן. דאס "אביוזן" דעם סיסטעם, דאס איז דער גורם! און דו מיינסט נאך טאקע אז ביסט מהנה אפאר אידעלעך מיט ניקלעך און דיימס???
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 18:58 |
|
| |
וועם שטערט אז יענער גייט?
וועם עס שמעקט נישט דארף נישט געבן.
אין אונס.
אנדערע האבען הנאה מיט קליין געלט מהנה צו זיין אזוי פיל אידען.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 01:15 |
|
| |
אין מיין ביהמ"ד איז יעדן טאג די זעלבע זאך. נישט בלויז שושן פורים. אפשר נאך ערגער. 96% געלט גייערס, פון די איבריגע 4 פראצענט, צוויי גיבן ניקלעך, און די אנדערע צוויי פראצענט מאכן מיט די האנט, לאמר, אזוי צו זאגן, איך האב נישט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2007 23:54 |
|
| |
צרכי עמך ישראל מרובים!!!!!
_________________
|
|
|
|
|