| נשלח ב-7/3/2007 04:46 |
|
| |
מזל טוב! רע-ארגאניזאציע אין סאטמארע מוסדות!
דער אלטער באורד פון די אלטע UTA, וואס איז באשטאנען פון ר' ארי' לייב גלאנץ, ר' משה שעהר, און ר' שאול פערלשטיין, נאך די פטירה פון די אנדערע געטרייע חברי הנהלה, ר' לייביש לעפקאוויטש, ר' סענדער דייטש, און ר' שלמה זלמן סאנדער עליהם השלום, האט היינט ווידער באשטעטיגט די אויפנאמע פון די פיר מיטגלידער וואס מען האט צוגעלייגט צום באורד שוין עטליכע יאר צוריק, נאר זיי זענען געשטערט געווארן דורך די אינטריגעס פון ר' שאול פערלשטיין, וועלכער האט פאר זיינע פערזענליכע מאכערייקעס און גניבה שטיקלעך מיטגעארבעט מיט די באנדיטן משה פרידמאן וכת דילי', און האט בכח הזרוע כמעט באזייטיגט די חברי הנהלה פון אנטיילנעמען אין די באשלוסן.
למעשה ווי עס שטעלט זיך ארויס אפן פאר יעדן דער ביטערער מצב אין וועלכן די מוסדות הקדושים האבן זיך געפינען די פארלאפענע יארן, ווען טויזנטער עלטערן שטייען און באוויינען דעם חינוך פון זייערע קינדער וואס איז ממש געגאנגען לטמיון אדאנק די אינטריגעס פון דעם רשע און זיינע שותפים, עד כדי כך אז טייל עלטערן האבן זיך געשפירט געצווינגען צו נעמען די מחנכים אונטער זייער אייגענעם אויפזיכט און זעלבסטשטענדיגע תנאים, וואס האט זעלבסטפארשטענדליך אריינגעווארפן דעם גאנצן סיסטעם אין כאאס ממש.
דערצו האט זיך לעצטנס קלאר און דייטליך ארויסגעשטעלט ווי דער רויבער, רשע און אכזר האט זיך גענומען א שותף לדבר עבירה, ה"ה ר' אשר אלימלך מייזעלס, וועלכער האט זיך זעלבסט פאלש באטיטלט אלס "חבר הנהלת המוסדות", און אינאיינעם האבן זיי באשווינדלט און בארויבט די נכסי הציבור, אויסער וואס זיי האבן בזדון און אן קיין ברעקל אחריות געהאלפן פאר אנדערע ריזן שווינדלער זיך צו באנוצן מיט די הייליגע מוסדות אלס שלייער אנצופירן זייערע אייגענע געמיינע שווינדלערייען און רויבערייען, אזש צו ברענגען די מוסדות הק' אויפן שוועל פון באנקראט.
דעריבער האט די הנהלת המוסדות פאררופן אן עמערזשענסי מיטינג פון אלע חברי הנהלה, חדשים וגם ישנים, און נאכן פארשטעלן די הארטע באווייזן האבן אלע פה אחד געשטימט אז ר' שאול פערלשטיין איז אויפגעזאגט פון זיין פאזיציע אין די הנהלה למפרע, פון ווען ער האט אנגעהויבן מיט די שווינדלערישע גניבות און נישט צוגעלאזט די ארגינעלע הנהלה צו זייער פאזיציע. און אלע זיינע פעולות און דיבורים זענען בטלים ומבוטלים.
אצינד האפן די טויזנטער עלטערן אז די הנהלה וועט מיט פאראייניגטע און באנייטע כוחות טון אלעס אין זייערע מעגליכקייטן להגדיל תורה ולהאדירה, ביז עס וועט צוריק איינגעשטעלט ווערן דער ארדענונג אינערהאלב די מוסדות הק', און אלעס וועט ווערן צוריק שלום ושלוה והכל יבוא על מכונו בשלום עד ביאת הגואל בב"א.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 15:12 |
|
| |
וען גלאנץ האט געדינט דעם יו''ר פון די קליקע שונאי ה' איז ער גארנישט געווען קראנק פלוצלינג יעצט איז ער קראנק געווארן ווייל ער דינט די ע''ז אין ראדני ?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 19:36 |
|
| |
עס איז געווען נאך אזא מעכטיגע סארט "אלף שאמאוס"...
דער קראנקער גלאנץ האט געשריבן א שארפען בריוו צו ר' שאול פערלשטיין אבער זיין בריוו האט געלאנדעט אין מיסט קאסטן ווי מען לייגט אזעלכע סארט "SPAM" בריוועלעך.
דער משוגענער גלאנץ האט זיך משדך געווען מיט דעם פעדעראלן יושב יאסי בראך און רעדט זיך איין אז זיי נעמען איבער די באורד פון יו טי עי
פינקט ווי בערעלע פרידמאן האט זיך איינגערעדט אז ער נעמט איבער קהל יטב לב אין ספינקא קעיטערינג האל...
איך הער זאגן אז דאס איז נישט קיין פערצואפל דער ראשקעבאהא"ג איז דער משלח און יאסי בראך איז זיין שליח. וועט עס אי"ה האבן דעם זעלבן סוף פון אלע זיינע רשעות'דיגע מסירות ביז היינט.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 18:15 |
|
| |
לולא . הייסט פאר דעם פלאצטו אזוי??????
עס איז נאך ווייט פון אריבער
דער ריכטיגער פלוץ יפלצון וועט נאך נאכקומען אי"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 13:42 |
|
| |
די גאנצע זאך איז שטותים מיט לאקשען, און ווייזט נעבעך ווי טיף אין די קרקע די ארונים זענען, מיט זייערע נייע 'געלונגענע' מוסדות צוזאמען.
סאיז א פארט פון די אינטערנעל בלידינג ביי די ארונים וואס הייסט חיים שלמה פישער, וואס האט געמאכט א יד אחת מיט יוסי בראך זיך אריינצורוקן אין די ארונישע קהל און מוסדות אין וויליאמסבורג. די גאנצע זאך איז א פלעינע שגעון פון יוסי בראך, וואס האט איינגערעדט פאר די דעפרעסטע חיים שלמה פישער און פאר זייער דיפרעסטע רעבע, וועמען אלע זיינע אייגענע מוסדות און קהלות פון איבעראל האבן גענצליך באזייטיגט, אז אויף די וועג גייען זיי קענען איבערנעמען און ווערן באלעבאס אויף די ארונים אין וויליאמסבורג.
און דער נעבעך יצחק ראזענבערג, מיט דער "דיין"... שלום לאנדא האבן זיך נעבעך געמוזט צושטעלן, ווייל מנחם גרשון לעבאוויטש האט זיי ארויסגעקאפעט פון איבעראל, און זיי האבן בלית ברירה געמוזט שטיצן יוסי בראך און די פישער קאמפעני, אבי צו טרייען צו בלייבן אויף די מאפע, וואס ביי די פארוקטע משוגעים דמתקריא "ארונים" קאפעט מען יעדען איינעם וואס טוט נאר אמאל עפעס פאר זיי. פאריאר האט יצחק ראזענבערג געקאפעט זיין געטרייע פערד יוסי בראך, און היינט וויינט יצחק ראזענבערג כעני בפתח פאר יוסי בראך און חיים שלמה פישער אז זיי זאלן אים כאטשיק לאזן זיין א חלק פון די פלעי, און לכבוד דעם וועט ער עס באצאלן.
און די נארישע קעלבעלעך לויפן ארום אין די גאסן אז זיי האבן שוין געווינען די 7,987טע מאל.
ווען דאס שגעון וואלט אריין אין א אקס וואלט ער געפלאצט...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2007 16:42 |
|
| |
When Bill Gates will be able to handle all the microsoft assets and real
estate the way you guys can handle the assets and real estate of UTA in 82,
then he will look like you guys
Who's dreaming??? Ha
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2007 05:25 |
|
| |
איך הער אז מארגן באנאכט נעמען די ארונים איבער מייקראסאפט זיי האבן געריפן א מיטינג אין 13 הופער אויף מארגן באנאכט אין זיי גייען אויפזאגן ביל גייטס אין שטעלן אויף זיין פלאץ יצחק רוזענבערג, אזוי האב איך גיהערט קען דאס עמעצער קונפירמען.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2007 04:56 |
|
| |
די ארונים זענען נאך שיכור זיי זיצן אין הופער אין חלעמען אז זיי זענען באלעבאס אויף UTA איך וויל וויסן ווען זיי נעמען איבער 82 אזעלעכע חמורים נעבעך
|
|
|
|
|