בית פורומים כל העולם כולו

ווער עס טשעפעט חיים שלמה איז ווי ער טשעפעט מיך...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/3/2007 00:37 לינק ישיר 
ווער עס טשעפעט חיים שלמה איז ווי ער טשעפעט מיך...

די רייסערייען ביי די חארונים האט דערגרייכט א פרישע שטיפע.

הערט און שטוינט. איך האב נעכטן באקומען פון עמיצען א פאשקעוויל וואס די חארונים האבן געווארפן קעגן דעם גבאי פונעם ראשקעבאהא"ג חיים שלמה פישער און קעגן א.י. הוראוויץ פון קרית יואל.

די פאשקעויל האט מיר געגעבן אזויפיל פארגעניגן, אז איך האב באשלאסן אז איך מוז עס סקענען און ארויפשטעלן זאל אלע מיינע קאלעגן הנאה האבן פון די "מכם ובכם" געשלעגערייען צווישן זיך.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2007 05:01 לינק ישיר 

דעם פאשקעוויל האבן אפאר דעפרעסטע זאלונים געמאכט און פראבירן עס ארויפשמירן אויף די ארונים.

קיינער האט גארנישט קעגן אבני חסד, פינקט פארקערט. יעדער האט געזען ווי רבבות אידן האבן אריינגעווארפט גרויס געלט, סיי פורים און סיי שושן פורים.

די זאלונים האבן געהאט איין דורכפאל נאכן אנדערן דעם גאנצן ווינטער, אינקלודינג פורים, פראבירן זיי עפעס אז מ'זאל שוין נישט רעדן אזויפיל פון זיי.

אידעלע, געב איבער פאר אלע דיינע שווענצעלעך מיט דין לאקאלן עם הארץ בראש, עס וועט ענק גארנישט העלפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2007 13:48 לינק ישיר 

אקסעלע, סהאט דיך נעבעך גענומען צו לאנג...

די גאנצע גאס האלט שוין היינט מיט די ביטערע פייט נעבעך צווישן ר' אהרן/חיים שלמה פישער מיט די ארונים פון איבעראל. אלע ענקערע רשעי הקהילה מיט אלע גראבע בייכער פירן א מערכה קעגן ר' אהרן און פישער, אין קרית יואל וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי, איבעראל קען מען שוין היינט הערן א.ג. ארונים שימפען און שעלטען זייער אייגענע רעבע, ר' אהרן האט געמיינט אז ווען ער וועט אויפציען א דור פון עזות פענימער און מחוצפים קעגן זיין הייליגן טאטן וועט עס אים נישט אהיימקומען. יעצט עסט ער די פירות פון זיין אייגענע משכילישע פעיפער "דער בלאט" וואס וויל אים נישט קענען און נישט הערן פון אים ווי לאנג ער פאלגט נישט די דיקטאטור פון משכיל ווידער און שלום לאנדא.

בור כרה ויחפרהו!

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 09/03/2007 17:13:45

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2007 19:44 לינק ישיר 

לולא, גוט געזאגט.

דער הויפט שייגאץ איז נישט קיין אנדערער ווי דער ראשקעבאה"ג אליינס. ער האט געוויזען דעם וועג פון מאכן א מרידה קעגו זיין אייגענעם טאטען, יעצט וועט ער עס עסן, און נאך טיילען שיריים פאר אלע זיינע קעלבלעך.

ער איז ציריסן מיט זיינע אייגענע מענטשן, און אפילו מיט זיינע אייגענע קינדער אז עס איז א נחת...

און וואס מיינט, וועמען בלעמען זיינע שווענץ, זיין גבאי!.... אומגלויבליך... יעצט שרייען זיי אז משה גבאי איז שוין בעסער פון פישער... נאך א פראסק פארן ראשקעבאה"ג

יעצט מאך פלוס דוד עקלשטיין, פלוס זיין באנקראטירטע ישיבה, פלוס זיינע חסידים וואס רעדן צאם אויף אים כל דבר אסור...

דאס איז די התחלה פון דעם שאס פאר דעם וואס האט גערופען זיין טאטען אין קאורט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2007 21:00 לינק ישיר 

עס קומט פאר גרויסע אויספארשונגען אין די לאגערן פונעם ראשקעבאהא"ג ווער עס האט געמאכט דעם פאשקעוויל קעגן פישער.

באזונדער איז דער ראשקעבאהא"ג אין צארן פארן אים מבזה זיין אזוי געפערליך אינעם פאשקעוויל און פארן טשעפען מיט זיינע לעקערס, ובפרט פארן אנרופען אשר ישעי הראוויץ "המכונה יעקב שמשון הקטן"

פישער האט געהייסן דוד עקשטיין אז ער מוז אריינברענגען דעם וועד הצניעות עקספערט יאנקעל קעלנער אויסצופארשען ווער עס געהאט געמאכט דעם פאשקעוויל.

ווי פלעגט מען אמאל זאגן
אבי נישט צווישען אידען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווער עס טשעפעט חיים שלמה איז ווי ער טשעפעט מיך...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext