בית פורומים כל העולם כולו

וואס איז געווען פורים ביי די הצגה אין תוא"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/3/2007 12:16 לינק ישיר 
וואס איז געווען פורים ביי די הצגה אין תוא"י

אין ירושלים רעדט די גאס אז סיא געוען א הצגה

די זקני התלמידים זענען זיער פאר ביטערט פונעם מצב



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2007 09:47 לינק ישיר 

שור, א קורצע הקדמה.

איך בין נוטה צו די ארונים. איך בין נישט נוטה מער צו קיין איין צד אין תוא"י תו"א, סווענדט זיך פשוט ווער ס'האט לעצטענס מער אריינגערעדט אין מיר, איך בין דוקא יא נאנט מיר איינעם פון די קינדער פון תוא"י רבי'ן.

און יעצט צום ענין, איך בין שוין צוויי מאל געווען מיט תוא"י רבי'ן ביים ערלוי'ער רב, פאר די חתונות פון זיינע קינדער, און ער איז געווען ביים ערלויער אפנעמען מז"ט און איך בין מיטגעווען, ווייל זיין זון האט מיך מיט געשלעפט.

נאך איינע פון די באזוכן האב איך געפרעגט דעם תוא"י רבי'ן פארוואס ער קומט צום ערלויער ער איז דאך א ציוני. האט ער מיר גע'ענטפערט אז זיין טאטע איז געווען שטארן נאנט מיט דעם ערלויער און אז זיין טאטע האט שטארק געהאלטן פון דעם ערלויער אלס גרויסער ירא שמים און האט מפליא געווען זיין קדושה און שמירת עיניים או ער האט מיר אפילו געזאגט דעמאלס, (כ'געדענק נישט פונקטליך ס'יז שוין א פאר יאר זייט דעמאלס און ס'יז מיר נישט נוגע געווען למעשה אז כ'זאל זיך עס פארצייכענען, כ'געדענק נאר אזוי אביסל אין זכרון, און אדרבה אויב דו קענסט זיי מברר מער וועגן דעם קומענדיגן פרט), אז אין די ערשטע יארן פלעגן זיי גיין אסאך איינער צום צווייטן און דאכצעך מיר אז זיי האבן עפעס געוואוינט נישט ווייט (כ'זאג נאכאמאל כ'שרייב נאר עפעס אזוי פון זכרון, און בכלל דער פרט שטימט מיר עפעס נישט אזוי ווייל דער ערלויער וואוינט אין קאטאמאן וואס איז עפעס זייער ווייט פון מאה שערים) און פרייטיג צו נאכט'ס פלעגן זיי גיין איינער צום צווייטן.

עכ"פ דעם פרט האב איך שפעטער מברר געווען אויך ביי צוויי עלטער תו"א אידן אז דער תו"א רבי זצ"ל האט געהאט שייכות מיטן ערלויער און האט שטארן געהאלטן פון עם. און פון זיין שמירת עיניים און קדושה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2007 18:32 לינק ישיר 

שורשנגח, א אינטערעסאנטע ווארט פון איינעם וואס לעבט פון זיך איינרעדן אז מען צוקראצט זיך פון וואס איינער שרייבט אויף היידפארק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2007 16:28 לינק ישיר 

די טענות קעגן תולדות אהרן פארענפערט גארנישט פון דער מהפך
וואס קומט פאר די לעצטע יארן אין תוא"י




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2007 16:00 לינק ישיר 

ווי געזאגט, עולם כנהגו נוהג,  אלעס גייט ווייטער אן געהעריג כאילו לא היה פאשקעווילן. היינט צו טאג איז צו דרוקן א פאשקעוויל א ברכה לבטלה און איבוד ממון ישראל. קיינער צוקראצט זיך נישט דערפון.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2007 15:21 לינק ישיר 

די פאשקוויל אויף די ירושלימער גאסן

תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 16/03/2007 18:26:47

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2007 01:52 לינק ישיר 

 און פון זיך לעקן און כורע ומשתחוה זיין צום יושב ראש למען שלימות הארץ ר' יוסף יצחק גוטניק, דער פערזענליכער שליח פון חב''ד'ס מנהיג אנצוהאלטן דעם התגרות באומות, וואס מיט דעם האט ער בוגד געווען אין די תורה הקדושה כמבואר בספר הקדוש ויואל משה

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2007 01:46 לינק ישיר 

זעהט אויס אז רבי דוד האט שוין פארגעסן פון זיך באדן אין חמת גדר
און פון מאכן א קרן הבנין בחסות " קופת חולים" הציונית



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-13/3/2007 18:55 לינק ישיר 

 און וואס זוכט דער תולדות אהרנ'ער ביים מיליטאנט מ'ערלוי?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2007 18:52 לינק ישיר 

ליבלוטש, אם אין אתה יודע שפת יידיש לא תכתוב ביידיש תכתוב בלשון הקודש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2007 18:51 לינק ישיר 

ליבלוטש, איך הייב נישט אן צו פארשטיין איין ווארט וואס די שרייבסט

אויב קענסטו נישט קיין אידיש שרייב אין לשון קודש, אבער א קראנקע אידיש קען מען נישט פארשטיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2007 18:49 לינק ישיר 

אפילו קיין וויזניצער זענען זיי אויך נישט



א וויזניצער דארף נישט פארן א נסיעה אין צבא

א וויזניצער האט נישט פיינט יעדען פרומער איד

א וויזניצער מוז נישט אז די פרויען זאלן עסן צוזאמען, משפחות משפחות אין איין צימער  

א וויזניצער ארט איהם נישט אז זיין פרוי וועט גיין א טיכל ער וועט זיך אויך פרייען

ועוד כהנה וכהנה
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 16/03/2007 18:29:31

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2007 17:06 לינק ישיר 

פאשקעווילן איז שוין יארן לאנג א ברכה לבטלה. שרייען השכלה שמאס'כלה איז ווי רעדן צום לאמפ.  אינעם 'כל העולם כולו' צי 'עולם החרדי' פון פרשת תשא איז דא א בילד ווי דער תולדות אהרן רבי באזוכט און חנפ'ט דעם באקאנטן און אויסגעשפראכענער ציוני 'האדמו''ר מערלוי' ווען ביידע זענען געווען אויף חופש אין טברי'.    ווי באקאנט איז דער ערלויער מער מיליטאנטיש ווי אלע אנדערע חברי מועצת גדולי התורה פון די אגודה.   קען איינער מסביר זיין וואס זוכט דער תולדות אהרנ'ער ביי דעם ציוני?  ווען דער תולדות אהרנ'ער קומט שנארן קיין וויליאמסבורג דערציילט ער אז אינדערהיים אין ארץ ישראל לעקט מען זיך צו אלע אגודיסטישע און ציוניסטישע מנהיגים און רבנים? ווי לאנג נאך וועט אנהאלטן דער בלאף און שקר?  

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2007 16:54 לינק ישיר 


סאיז געווען עפעס פאשקעווילן אין אר"י קעגן תולדות אברהם יצחק, איינער קען עס ארויפלייגן דא, אדער וואס סשטייט דארט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2007 16:48 לינק ישיר 

זיי האבן פאר גי שטעלט א טאטע מיט א זון, ואס דער זון איז כביכול האב געלאזט דעם יידין וועג, ווען דער טאטע איז פארנומען מיט עסקנות, און אזוי האבן זי ליצנות געמכט פון שומרי משמרת הקודש אין עיה"ק,

דער וונדער איז? פאר וואס דער יונגוור פון די חסידות תוא"י מתדרדרים מדחי אל דחי, אפילו זי האבן קיין מאל נישט האן גטרטן ביי הפגנות


א קישור אין בחדרי חרדים: http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2165574



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2007 19:11 לינק ישיר 

וואס איז די פראבלעם מיט א הצגה?

אין תולדות אהרן האט מען שוין געמאכט א הצגה מיט 30 יאר צוריק מיטן נאמען "דער רבי און דער בעל עגלה", וואס מען קען באקומען אויף טעיפס.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס איז געווען פורים ביי די הצגה אין תוא"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext