שור, א קורצע הקדמה.
איך בין נוטה צו די ארונים. איך בין נישט נוטה מער צו קיין איין צד אין תוא"י תו"א, סווענדט זיך פשוט ווער ס'האט לעצטענס מער אריינגערעדט אין מיר, איך בין דוקא יא נאנט מיר איינעם פון די קינדער פון תוא"י רבי'ן.
און יעצט צום ענין, איך בין שוין צוויי מאל געווען מיט תוא"י רבי'ן ביים ערלוי'ער רב, פאר די חתונות פון זיינע קינדער, און ער איז געווען ביים ערלויער אפנעמען מז"ט און איך בין מיטגעווען, ווייל זיין זון האט מיך מיט געשלעפט.
נאך איינע פון די באזוכן האב איך געפרעגט דעם תוא"י רבי'ן פארוואס ער קומט צום ערלויער ער איז דאך א ציוני. האט ער מיר גע'ענטפערט אז זיין טאטע איז געווען שטארן נאנט מיט דעם ערלויער און אז זיין טאטע האט שטארק געהאלטן פון דעם ערלויער אלס גרויסער ירא שמים און האט מפליא געווען זיין קדושה און שמירת עיניים או ער האט מיר אפילו געזאגט דעמאלס, (כ'געדענק נישט פונקטליך ס'יז שוין א פאר יאר זייט דעמאלס און ס'יז מיר נישט נוגע געווען למעשה אז כ'זאל זיך עס פארצייכענען, כ'געדענק נאר אזוי אביסל אין זכרון, און אדרבה אויב דו קענסט זיי מברר מער וועגן דעם קומענדיגן פרט), אז אין די ערשטע יארן פלעגן זיי גיין אסאך איינער צום צווייטן און דאכצעך מיר אז זיי האבן עפעס געוואוינט נישט ווייט (כ'זאג נאכאמאל כ'שרייב נאר עפעס אזוי פון זכרון, און בכלל דער פרט שטימט מיר עפעס נישט אזוי ווייל דער ערלויער וואוינט אין קאטאמאן וואס איז עפעס זייער ווייט פון מאה שערים) און פרייטיג צו נאכט'ס פלעגן זיי גיין איינער צום צווייטן.
עכ"פ דעם פרט האב איך שפעטער מברר געווען אויך ביי צוויי עלטער תו"א אידן אז דער תו"א רבי זצ"ל האט געהאט שייכות מיטן ערלויער און האט שטארן געהאלטן פון עם. און פון זיין שמירת עיניים און קדושה.
 |
|
|