באקומען אין אישית,
איך האב נישט קיין רשות כתיבה, ביטע פאוסטען, גענומען פון חדשות בית פאפא.
----
מיט פארקלעמטע הערצער און צובראכענע געמיטער, האבן אנ"ש צוגעטיילט דעם כבוד האחרון, פאר הרבני החסיד המרומם איש חי ורב פעלים בריח התיכון של כל בית פאפא רבות בשנים נגיד ושוע מוה"ר ר' יחיאל (מיכל) ב"ר יוסף ז"ל אויש לאנגיעריגער ראש הקהל דקהלתינו הקדושה. וועלכע איז פלוצלינג נפטר געווארן אין עלטער פון 79 יאר, לדאבון לב כל בית ישראל.
די טרויעריגע בשורה האט געטראפן אנ"ש ווי א דינער אין מיטן העלן טאג, ר' מיכל האט נאך א נאכט בעפאר באשיינט די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל מיט א פרייליך געזיכט, אין ליידער שקעה החמה שלא בעונתה, ווי רבינו שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט ביי די לוי' אז עס איז נאך א שעת חימום, אין מען קען זיך נישט געהעריג מצמצם זיין ווייל עס איז אזוי פלוצלינג אין אזוי פריש.
ר' מיכל ווי מען האט איהם גערופן בלשון חיבה, איז געווען דער וואס איז געשטאנען ווי א סאלדאט, גרייט מיט מסירת נפש לימין קדשו פון רבינו הקדוש זצ"ל, אויסצופירן רצון קדשו, אין די פריע יארן מיט א אויסערגעווענטליכע געטריישאפט, אין א זעלטענע איבערגעגעבענקייט, פאר אלעס וואס רופט זיך מיטן נאמען 'פאפא', די בכל אתר ואתר, די קהלות קדושות, אין די מוסדות הקדושים מיט אלע אירע סניפים. עס איז נישטא די פלאץ מאריך צו זיין אין דעם.
ר' מיכל איז געווען א שטארק צוגעלאזענער מענטש, וואס האט אויפגענומען א יעדען איינציגער איד מיט א סבר פנים יפות, אנע שום אינטערשיד די יארגאנג אדער קרייז וכדו', ער האט איבערלאזט אנע שיעור ידידים ומעריצים, וואס צווישן זיי ציילן זיך די הונדטערטער אנ"ש וואס וועלן לעולמי עד געדענקען אין מעריץ זיין זכרונו הבהיר.
גבור בארץ יהי' זרעו וצדקתו עומדת לעד, ר' מיכל האט זוכה געווען איבערצולאזן א דור ישרים יבורך, תורה וגדולה במקום אחד, קינדער וואס זענען הולכים בדרכי אבות, בעלי בתים חשובים, נאמנים להשם ולתורתו, תלמידי חכמים, און יראי השם.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז ער זאל זאל זיין א מליץ יושר פאר זיין חשובע אלמנה שתחי', זיינע טייערע קינדער, און פאר אלע בני קהלתינו בפרט, און פאר גאנץ כלל ישראל בכלל. עדי נזכה שיקוצו וירננו שוכני עפר, ובא לציון גואל בב"א.
---
קורצע באריכט פון די לוי'.
זמן הלוי' איז באשטימט געווארן אויף 9 אזייגער אויפדערנאכט פארנט פון בית מדרשינו אויף פען סט. טראץ די שטארקע קעלט האט זיך פארזאמעלט א גרויסן ציבור לכבוד הנפטר.
כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געפענט די שורת המספידים, מרן שליט"א האט געזאגט אז עס איז דא אסאך צו זאגן אבער מען קען נישט מאריך זיין, מען דארף אבער ארויסברענגן איין וויכטיגע נקודה, דאס געטריישאפט אין התקשרות צו כ"ק רביה"ק זצוק"ל. רבינו שליט"א האט געזאגט אז ר' מיכל איז מחייב אונז אלע, 'ר' מיכל איז קיינמאל נישט געווען צופרידן וויפיל ער האט געטוהן פארן טאטן ז"ל, אדער פאר אנדערע אידן איז קיינמאל נישט געווען גענוג! לא מחזיק טיבותא לנפשיה, מיר דארפן וויסן אז אלעס וואס מיר האבן היינט, די קהלה אין די מוסדות הק' בכל סניפיה איז נאר צווייגן פון וואס ר' יחיאל האט איינגעפלאנצט מיט יארן צוריק ווען עס איז נאך געווען אזוי שווער' . רבינו שליט"א האט דערנאך מפייס געווען בשם כל קהלא קדישא הדין אויב מען האט נישט געהעריג נוהג כבוד געווען.
דערנאך האט מספיד געווען הגה"צ ר' ישראל מנחם שליט"א אב"ד תולדות יוסף ב"פ. וואס האט אויך ארויסגעברענגט דאס איבערגעגעבנקייט צום רבי'ן זצ"ל.
דאן האט מען געהערט א לענגערע הספד פון כ"ק אדמו"ר מזמיגראד שליט"א ביי וועם אין ביהמ"ד ר' מיכל האט זיך קובע מקום געווען לתורה ולתפלה, אין ווי ר' מיכל האט געהאט די זכי' פאר עטליכע חדשים צוריק מנדב צו זיין א נייע ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן. וואס האט ארומגערעדט איבער די מעשי צדקה וחסד פונעם נפטר, אין אויך איבער די פערזענליכע נאנטשאפט וואס ער האט געהאט להבחל"ח מיט ר' מיכל.
דאן האט מען געהערט דברי הערכה פון הרה"ג ר' שלמה גראסס שליט"א דומ"ץ בעלזא ב"פ א פלומעניק פונעם נפטר.
דערנאך האט מספיד געווען הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו שליט"א מיט א קול בוכים, אין ארויסגעברענגט ווי ווייט ר' מיכל איז געווען די בריח התיכון צו אלעס וואס די רבי האט אויפגעשטעלט דאהי אין אמעריקא באותו הזמן אין די שווערע צייטן, ממש בגופו ובמאודו, אין ווי ער איז געשטאנען אונטער אלע צדקה צוועקן וכו'.
דאן האט מען געהערט דברי הספד פון הרה"ג ר' דוד עמרם אויש שליט"א א זון פון נפטר, מגי"ש בבית מדרשינו אין בארא פארק. וואס האט מיט שטארקע בכיות ארויסגעברענגט די גרויסע אבידה, פאר די משפחה און פאר בית פאפא, אין זיך הארציג געזעגענט.
דערנאך האט א גרויסער ציבור באגלייט דעם ארון למנוחתו הנכונה, בראש פון כ"ק מרן שליט"א. אויך האט זיך אנגעזען כ"ק האדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א וואס האט זיך אנגעשטרענגט אין ארויסגעקומען פון קאר באגלייטן דעם נפטר.
עס איז געווען צוגעשטעלט א באס ארויסצופארן קיין קרית פאפא, כ"ק רבינו שליט"א איז אויך ארויסגעפארן קיין קרית פאפא באגלייטן דעם ארון, די רבי איז געפארן אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' יחיאל האלפערט שליט"א, נאמן בית רבותה"ק, וואס האט מיטגעהאלטן פון דער נאנט די אלע פעולות לטובה פון ר' מיכל זייענדיג עומד ומשמש בבית קודש הקדשים פון רבינו בעל ויחי יוסף זצוק"ל.
די נפטר איז געקומען לקבורה הארט נעבן אוהל הקדוש פון מורו ורבו כ"ק מרן הגה"ק בעל ויחי יוסף זצוק"ל.
ויה"ר שבלע המוות לנצח ומחה השם דמעה מעל כל פנים וחרפת עמו יסיר, ובוא לציון גואל בב"א.
 |
|
|