| נשלח ב-9/3/2007 19:12 |
|
| |
ראשקעבאה"ג משדך מיט מאדערנע רובאשקין
שיין דערלעבט, הוא אשר יגורנו בא.
דער ראשקעבאה"ג פון קרית יואל האט געמאכט נאך א שרעקליכן הירוס בחומת הדת, מיט'ן אריינעמען רובאשקין אין זיין קייט פון אונטערברענגען און מהרס זיין אלעס צו ווייזן אני ואפסי.
די וואך האט ער זיך איינגעלאדענט עטליכע צווייפעלהאפטע רע-בנים פון רובאשקין און דורכגעפירט א ניקור צערעמאניע, כדי דערמיט אריינשטעכן א מעסער אינעם ריקן פון יהדות החרדית וועלכע עסן נאר סאטמאר פלייש.
דאס איז נאך א רינגעלע צו זיינע אריזאנא ווייץ, ליבאוויטשער פלייש, קאנסערוואטיווע מקוואות.
מארגן וועלן זיינע שווענץ לייקענען און זאגן אז ער איז גאר דערקעגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 20:04 |
|
| |
ניין, מ'וועט זיך רעכענען מיט דיין פוסטן שטריק און מ'וועט אים אנפרעגען הלכות ניקור. א שטריק בלייבט א שטריק. ער האט געהאט א ברירה אלס בחור און אינגערמאן צו הארעווען אויף תורה, און נישט זיך אנשטאפן מיט דזשיגאנ'ס סחורה.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 20:44 |
|
| |
אקסעלע,
ווען דער ראשקעבאהא"ג דיינער וועט מתיר זיין די בחירות, וואס וועל איך דעמאלטס הערן פון דיר?
א פאקט איז אז דער ראשקעבאהא"ג איז א מרשיע צדיק ומצדיק רשע, וועט אנפרעסן אידן שומרי תומ"צ מיט נבילות וטריפות נוסח פינקעל.
א פאקט איז די אריזאנא ווייץ איז חמץ, די ווייצלעך פון וואס מען מאכט די ארונישע מצות איז געווארן דורכגעווייקט נאס ווען עס האט געגאסן אין אריזאנא (די ווילסט אוודאי נישט רעדן דערפון)
יעצט האט דער ראשקעבאהא"ג דיינער זיך ארומגענומען מיט די ליובאוויטשער משיחיסיטישע רובאשקין. אויס סאטמאר פלייש !
נאך א מזל אז ער איז נישט דער סאטמערער רבי.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 20:49 |
|
| |
אידעלע אזעלעכע פערדישקייטן צו רעדן האב איך שוין לאנג נישט געהערט, אפילו פון א זאלי
די ווייסט וואס איז געווען? ווער איז דען דארט געווען? און וואספארא צערעמאניע איז דארט געווען?
האסט געהערט האלבע ווערטער און די האסט געמאכט א גאנצע מעשה
אזויפיל ליידיגע צייט און שנאת עם הארץ לתלמיד חכם = אידעלע
גאו אהעד, העוו פאן, יו אר דזשאסט פראווינג מיי פאוינט
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 20:51 |
|
| |
אידעל
שור האט דיר געפרעגט איבער דיין פוסטן עם הארץ און שטריק נוסח זשיגאן.
וואס דרייסטו א קאפ מיט בחירות.
וואס עס דריקט דיר איז א אז דיין שטריק און עם הארץ פרעגט קיינער גארניש.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 20:54 |
|
| |
גאסט, איינער האט דיר זייער שטארק אויפגערעגט
איך האף אז נישט צוליב מיר. אויב יא בעט איך שוין מחילה.
צום פאינט. איך האב געזאגט אז דער ראשקעבאהא"ג ענקערער האט זיך משדך געווען מיט די ליובאוויטשער רובאשקין פלייש.
איז דאס אמת אדער נישט?
ברעכט ער מיט דעם סאטמאר פלייש, יא אדער נישט?
אלזא, איז ער א מהרס !
נו וואס ביזטו אזוי בייז?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 20:55 |
|
| |
זשיליאני.
וואס דרייסטו א קאפ מיט זשיגאן.
איך וועל זאגן אויף דיין ראשקעבאהא"ג ביאליק, גייגער, דעסאוער, אהרן חורינער
וואס וועסטו דעמאלטס ענטפערן.
אז די פרעגסט צו דער זאך איז איין זאך, אז די קומסט מיט די שטותים און בויך דריקענישן פון שורשנגח, זאל אים א צווייטער ענטפערן
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 21:04 |
|
| |
אידעלע, לגבי די ווייץ, ביסטו גענצליך מיסאינפארמירט, לויט די אוסרים, ווי רב לויפער וחבריו, האט עס גארנישט מיט קיין רעגן, "אין אריזאנע רעגנט נישט", זייער פראבלעם איז - לשיטתם - די אומזעהבארע טל, און דאס לאזן צו לאנג מחובר, לענגער ווי געפלאנט, ביטע לייען דורך רב לויפער'ס בירור.
עכ"פ די רעדסט פאר פייער און פאר וואסער, ועל הכלל כולו יצא.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 21:11 |
|
| |
קושקע
עס האט יא גערעגענט אין אריזאנא. און דווקא אין זומער
אין דוקא בשעת די ארונים האבן אנגעהויבן ליפערן די ווייץ
די פרעג דיך בעסער נאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 21:39 |
|
| |
שנית, די אריזאנע ווייץ איז בכלל נישט מיסודו דעם סאטמארע רבי'נס אויפטוה, דאס האבן געטון דערין חשוב'ע דרויסענדיגע רבנים און תלמידי חכמים מובהקים פון בארא פארק און מאנסי, און סאטמארע רבי האט זיך מיטגעכאפט דערצו ווייל עס איז מער מהודר, צענדליגע בעקעריס און בארא פארק און מאנסי ניצן די ווייץ, און מענטשן זוכן דאס, נאכמער רב לויפער זעלבסט איז מודה אז עס איז מער מהודר, ער זאגט נאר אז דאס יאר טויג עס נישט ווייל מ'האט עס געלאזט צו לאנג מחובר אונטער זייער א הויכע היץ.
עכ"פ די זאליס האבן זיך צוגעכאפט דערצו צוליב פאליטישע אינטערעסן, זיי ווייסן נישט בחייכון, פלאפלען סתם נאך האלבע ווערטער, "אהרונישע ווייץ", "רעגן", "שמעגן", פון ר' זלמן האט מען נאך נישט געהערט קיין פיפס להלכה, ער איז העפי אז ביי זיין פיקטשער טיש האט מען חוזק געמאכן פון זיין אחיו הגדול, און די נטורי קרתא, קוים וואס ער ווייסט די הלל וואס מען זאגט ביים ע"פ מצות, נאך פון ווייץ זאל ער וויסן?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2007 23:50 |
|
| |
אידעלע
אפשר קענסטו מיר דערציילן ווער איז דארט געווען און וואס איז פארגעקומען ביי די ניקור?
די הייבסט נישט אן צו וויסן, די זאגסט זאכן סתם אין די וועלט אריין "וואס קומט פון דיינע קוועלער (בורות נשברים)"
וועל איך איבערזאגן
אזויפיל ליידיגע צייט און שנאת עם הארץ לתלמיד חכם = אידעלע
גאו אהעד, העוו פאן, יו אר דזשאסט פראווינג מיי פאוינט
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2007 22:16 |
|
| |
זאג נאר:
דאס אז סאטמאר שחט די הייליגע פלייש נאר וואס ווערט געשאכטן דורך די הייליגע וויינשטאק ברודער מיט די לאנגע בערד, און ירא שמים מרבים, וואס זענען באוויסט מיט זייערע דורכגעווייגטע חרסידישע ברען...
דאס איז גוט און הייליג!
אבער די רובאשקין ברודער וואס האבן כאטשיג א בארד...
דאס איז חזיר טרייף און זיי וועלן אין גיהנום פלאקערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2007 17:30 |
|
| |
נעכטן איז הגה"צ נירבאטור רב שליט"א געווען ביי רבינו שליט"א און דן געווען איבער פארשידענע ענינים און תיקונים בהלכות ניקור.
דער נירבאטור רב איז דער הויפט משגיח פון עללי פראסעסינג (מיעל מארט).
יעצט וועט אידעלע זיכער אזוי שעלטן דעם נירבאטור רב און גאנץ מיעל מארט, און אלס נקמה וועט ער מוזן אנהייבן עסן פינקעל פלייש...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 08:31 |
|
| |
הרב בעלסקי איז אויך געווען ביים רבי'ן און זיך עפעס גע'טענה'ט
ווער האט מער פרטים ביטע מעלדן
גאסט, אפשר האסטו בילדער?
|
|
|
|
|