בית פורומים כל העולם כולו

הערליכער קונטרס פון סאטמארע כוללים וועגן אריזאנע ווייץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/3/2007 22:45 לינק ישיר 
הערליכער קונטרס פון סאטמארע כוללים וועגן אריזאנע ווייץ

די סאטמארע כוללים פון וויליאמסבורג און קרית יואל האבן ארויסגעגעבן א הערליכן קונטרס וועגן די אריזאנע ווייץ. זיי מאכן דארט אש און פארעך פון ר' אברהם לויפער און די זאליס, וואס האבן געמוזט צוריקציען פון זייער שטעלונג פאר די אריזאנע ווייץ נאכדעם וואס דער סאטמארער רבי שליט"א האט געלאזט הערן זיין קלארן פסק און דעת תורה. זיי צונעמען דעם שיכורן לויפער פרט נאך פרט, מיט זיינע שטותים און הבלים.

די עיקר באמבעס האבן זיי דארטן בכת"י די לעצטע בריוו פון פאפער רב פון מאנטריאל זצ"ל אין דעם ענין, וואו ער שרייבט קלאר אז מ'האט אים סתם פארדרייט דעם קאפ מיט פאלשע אינפארמאציע, און נאכן זען די ריכטיגע אינפארמאציע שרייבט ער קלאר אז אלעס איז כשר וישר, און די ווייץ זענען די מערסטע מהודר וואס איז שייך.

אויך איז דא דארט א בריוו בכת"י פון אודווארער רב שליט"א אז נאכדעם וואס ער האט געזען אז די רעגירונג שרייבט קלאר אז ס'איז נישט געווען קיין טל איז נישטא קיין שום חשש אויף די ווייץ (כפירה! רח"ל!...). אויך איז דא זאפטיגע ווערטער פון הגה"צ מגדולי פוסקי דורינו סערדאהעלער רב שליט"א איבער די הידור פון די ווייץ. ווי אויך די קלארע ווערטער קילורין לעינים פון הרב ברוידא שליט"א.

בקיצור, ר' אברהם לויפער מיטן שארמאשער רב ווערן בלאס און שווארץ קעגן אזא מעכטיגן קונטרס, אפילו דאס האבן נאר געמאכט אפאר כולל יונגעלייט וואס ארבעטן אויף דעם אינגאנצן צוויי חדשים. תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 16/03/2007 18:07:12



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/3/2007 19:41 לינק ישיר 

ר' אברהם לויפער מדארגאג והגלילות איז געבליבען מיטן שארמאשער רב, טשאטער רב, ראב"ד סאטמאר.



עס הייסט אז רבי מיכל לעבאוויטש שליט"א גייט ארויס קומען מיט א בריוו קעגן ר' אברהם לויפער...


תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 16/03/2007 18:09:02

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/3/2007 04:12 לינק ישיר 

הרה"ג משה מנחם טירנויער האט ארויסגעגעבן א מעכטיגן איסור קעגן די אריזאנא ווייץ

אינעם בריוו שרייבט ער אז דער איסור איז צוליב "חדש אסור מן התורה".



די האס פון ר' משה מנחם האט אים געפירט זיך צו פאראייניגן מיט דעם שארמאשער רב שליט"א.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 16/03/2007 18:08:12

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הערליכער קונטרס פון סאטמארע כוללים וועגן אריזאנע ווייץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext