בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מעשה שהיה אין בארא פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/3/2007 02:59 לינק ישיר 
מעשה שהיה אין בארא פארק

געוועהן א איד בשם וו.ק.וועלכער האט געוואינט הוא ומשפחתו אין א אייגן הויז אויף 59 גאס אין ב"פ.
ויהי היום והתהפך עליו מצבו עד כדי אז ער האט נישט געקענט צאהלען דעם מארטגעטש. און די "רשעים" האבן פארקלאוזט אויפן הויז.
דער איד האט געטראכט ער וועט ווארטן ביז סוועט גיין אויף אקשן און  פארהאנדלען מיט די באנק כמנהגינו.
 
האט זיך געמאכט מאחינו בני ישראל א ייד בשם ג. וואס האט געוואלט אויס קויפן דאס הויז ביי די באנק, און כאטשיג דער וו.ק. האט אים געבעטן  תחנונים ער זאל עס נישט טוהן, האט ער אויס געקויפט,  איהם ארויס געשטעלט און אליין אריין אהין וואינען

גוטע פריינט האבן איהם געצה'ט ער זאל  מטיב זיין דעם פריעריגן בעה"ב, (מחמת כמה סיבות... האט ער עס שוין יא אנגענומען ערנסט)  ער האט איהם געגעבן אפשר א סכום הגון אבער דער וו.ק. האט איהם קיינמאהל נישט מוחל געוועהן. ער איז געוועהן זעהר אנגעווייטיגט.

פאראיאהר איז דער ר' וו. ק. געגאנגען מאכן עפעס איין MRI אין איז נעבעך אוועק געפאלען אויפן פלאץ אין עלטער פון 52 יאהר רח"ל.
 
סאיז געוועהן ט' אדר

 תשס"ו

זעקס וואכן שפעטער איז דער ג. צוזאמען געפאלען מיט יענע מחלה.

ער איז נעבעך אוועק דעם דינסטאג נאכט פאר פורים

דינסטיג איז געוועהן ט' אדר.



יה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2007 20:51 לינק ישיר 

דער אשכול איז געשלאסען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2007 20:41 לינק ישיר 

שלום

אויב מען טוט כדין, דארף מען נישט מורא האבן.
ווי איך האב שוין פריער געשריבן סאיז א קללת חינם.

אגב.

ווי קומט אריין דאס ווארט היפאקריט?

איך האב דען געשריבן לכתחילה אנדערש ווי יעצט

היפאקריט איז איינער וואטס טענעה אז ער איז חס אויף עמעצנס כבוד, און דערווייל האלט אין איין ארויף ברענגען דען אשכול אויוון אהןץ ווייל ער איז צו פויל אנצוהייבן א צווייטן אשכול.

היפאקריט איז אויך איינער וואס שרייט אז סשאט ינענמס טרערן אפילו מטוט כדין
 ווען ער אליין שרייבט

"די גמרות וואס די ברענגסט ברענגען טאקע ארויס זעהר גוט, אז ווען איינער טוט אן איסור, ווי מצער זיין א מענטש "שלא כדין" איז עס מעסער וכדברי באטשי בשם ר' חיים, הן פנינה האט געטשעפעט חנה, הן ר' רחומי האט עובר געווען אויף די מצוה פין עונהדי גמרות וואס די ברענגסט ברענגען טאקע ארויס זעהר גוט, אז ווען איינער טוט אן איסור, ווי מצער זיין א מענטש "שלא כדין" איז עס מעסער וכדברי באטשי בשם ר' חיים, הן פנינה האט געטשעפעט חנה, הן ר' רחומי האט עובר געווען אויף די מצוה פין עונה"




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2007 16:11 לינק ישיר 

   די היפאקריט
איך האב אמאהל גערעדט וועגען לשון הרע?????
איך רעד וועגען דעם איסור וואס די האסט מחדש געווען, מצער זיין איז א מעסער, אפילו מען מעג, היט דיך, האסט מצער געווען אן אלמנה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2007 07:15 לינק ישיר 

שלוםשטוב

ביזט געקומען א לאנגן וועג ברודער לעיב

קוק דעם חילוק פון דיין ערשטע תגובה צו דיין לעצטע תגובה דא.
יעצט אפנים האלסטו ביי מיר.
צו איך מעג על פי דין פון הלכות לשון הרע דערציילן די טרוקענע פאקטן אויפן פארק
ד.ה. דו פאכעסט שוין מיטן חפץ חיים.

איך האב שוין לאנג מברר געוועהן אז דער חפץ חיים האט נישט מחבר געוועהן זיין ספר צו זיין איין עיר מקלט.

פון דעסט וועגן דא. דא האסטו דעם חפץ חיים


ספר חפץ חיים - הלכות אסורי לשון הרע - כלל י
א. (א) אִם אֶחָד רָאָה אָדָם, שֶׁעָשָׂה עַוְלָה לַחֲבֵרוֹ, כְּגוֹן שֶׁגְּזָלוֹ אוֹ עֲשָׁקוֹ אוֹ הִזִּיקוֹ, בֵּין אִם הַנִּגְזָל וְהַנִּזָּק (ב) יוֹדְעִים מִזֶּה אוֹ לֹא. אוֹ שֶׁבִּיְּשׁוֹ, אוֹ שֶׁצִּעֲרוֹ וְהוֹנָה אוֹתוֹ בִּדְבָרִים. (ג) וְנוֹדַע לוֹ בְּבֵרוּר, שֶׁלֹּא הֵשִׁיב לוֹ אֶת הַגְּזֵלָה וְלֹא שִׁלֵּם לוֹ אֶת נִזְקוֹ (ד) וְלֹא בִּקֵּשׁ פָּנָיו לְהַעֲבִיר לוֹ עַל עֲוֹנוֹ, אֲפִלּוּ רָאָה דָּבָר זֶה בִּיחִידִי, יָכוֹל לְסַפֵּר הַדְּבָרִים לִבְנֵי אָדָם כְּדֵי לַעֲזֹר לַאֲשֶׁר אָשַׁם לוֹ וּלְגַנּוֹת הַמַּעֲשִׂים הָרָעִים בִּפְנֵי הַבְּרִיוֹת, אַךְ יִזָּהֵר, שֶׁלֹּא יַחְסְרוּ אֵלּוּ הַשִּׁבְעָה פְּרָטִים, שֶׁנְּבָאֲרֵם בְּסָמוּךְ:

יעצט פרעג איך דיך, אויב דו מיינסט טאקע לטובת הענין, צו וואס דארפסטו פאטשקענען אין די בלאטע. האב שכל און מאך אויף איין אנדערן אשכול און מיר וועלן דיסקוסירן הלכות לשה"ר דארט.

גלייב מיר איך האב אויך נישט קיין הנאה פון מפרסם זיין דאס. נאר ווען איך האב דאס געשריבן האט שוין ג. גאנצער קרייז געוואוסט דערפון.

טאמער וועט זיך יעצט איין איד פארמיידן פון טוען  אזא מעשה, והיה זה שכרי. 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2007 05:29 לינק ישיר 

מלכה
איך האלט מיט מיט דיר הונדרעט פראצענט, דאס איז נישט די וויכוח צו מען מעג מצער זיין א איד, די שאלה איז, צו באטשי איז בארעכטיגט אראפ צו ברענגען די מעשה דא, כאילו יענער האט עובר געווען אויף די שלש שבועות מיט די שלש חמורות אין איינעם, מיט ראשי תיבות און אן אדרעס, אזוי אז דער וואס וויל קען זיך דערוויסען גאר גרינג וועגען וועמען מען רעדט.

אלס מיט א פאלשער תירוץ אז ער זוכט גאר יענעם'ס תיקון נשמה.

און דער היפאקריט האט גאר נישט מורא פאר מצער זיין אן אלמנה מיט יתומים (אויב איז דא).

דאס איז וואס מען רעדט,

איז די עבירה (?) אזוי גרויס אז מען מעג עס מפרסם זיין בשער בת רבים, און תולה זיין אויף דעם זיין פריעדעגען טויט????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2007 07:09 לינק ישיר 

מיינע צוויי צענט.

איך האב א מעשה לחזק שיטת באטשי ,


אט הערט איך געב מיך א דערמאן'עלע
געווען אמאל א אידענע געהייסן האט זי חנה'לע
געלערנט אין איין קלאס אינאיינעם
אזעלכע פריינטליכע שכנים
כ'אב איר געטון אן עוולה א קליינעם

כ'אב איר איינמאל וויי געטון איך האב עס גארנישט געמיינט
חנה'לע איז אהיימגעגאנעגן און האט זיך זייער צעוויינט
כ'אב איר נישט איבערגעבעטן צוריק
געווען א קינד אזוי נישט קלוג
אבער דער אייבערשטער האט דאך צייט גענוג ...... וכו'.

פרעג מיכאל די המשך ווייל איך דענק שוין נישט.


איין זאך איז זיכער, מצער זיין א איד איז נישט קיין קינדער שפיל. מען זאגט אויף געוויסע רבנים וואס האבן געפסק'ט שאלות אז זיי האבן כסדר מתפלל געווען אז די טרערן פון די 'חייבים בדין' זאל חלילה נישט שאטן כאטש זיי האבן געפסקט לאמתו של תורה.

הנסתרות לה' אלקינו והנגלות לנו ולבנינו על עולם. 






 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2007 19:59 לינק ישיר 

שלוםשטוב

שאלת חכם חצי תשובה. ומכלל הן אתה שומע לאו.  

טאמער ווילסטו תשובות, טא שרייב שאלות, נישט געמישט מיט תירוצים און מיט מגידות. מווייסט נישט צו דו זיכסט א תירוץ אדער א קשיא.

דו האסט זעקס שאלות. ביטע שטעל זיי אויס אז מען זאל זיי קענען ענטפערן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2007 16:38 לינק ישיר 

שרייבסט
מאידך גיסא זעה איך אז ביזט צוריק אין די פעדערן, אז דו האסט נישט קיין לאגישע תשובה אטאקירסטו פערזענליך דעם שרייבער


דערווייל איז דאס גאר צו דער זאך, ענטפער אויף דעם וואס מען פרעגט דיך.

א. וואס וועסטו טוהן מיט דעם טרער=מעסער פין די אלמנה.
ב. אן ארענדא איז אסור מן הדין, נישט קיין תורה שטיקעל פין ד"ח.
ג. וועלכע איסור איז אויסקויפען א הויז פין די באנק.
ד. זייט ווען זארגסטו דיך פאר יענעמס תיקון נשמה.
ה. פארוואס מעג איינער שרייען אויף מיר ליטוואק, ווען טאמער מיינט ער צו פארשעמען איז עס אסור מעיקר הדין.
ו. זייט ווען, איז די איינציגסטער זאך וואס מען טאר נישט זאגען פאר אן אלמנה "רשע", מען טאר נישט מצער אויף סיי וואסערע אופן.

די אמת איז
א. מען טאר נישט מצער זיין קיין שום איד, אויב די כוונה איז מצער זיין, אויב אבער טוט מען אן ענין בדרך היתר, און עס קומט אויס א הפסד פאר א צווייטען, איז דא אין דעם הלכות, אבער צו זאגען אז ווען מען טוט ביזנעס, מען קויפט און מען פארקויפט, און איינער רעדט זיך איין אז עס איז אים מצער, דעמאלס איז אסור.

איך שרייב נישט קיין פרטים, וויל איך האב נישט נאכגעקוקט, אבער וואס די שרייבסט איז זיכער נישט ריכטיג.

גאר אינטרעסאנט איז, אז ווען די האסט נישט וואס צו ענטעפרען שרייבסטו פוטער מיט לאקשען, און די אטאקירסט נאך יענעם פאר פארדרייען דעם שמועס, גאר אינטרעסאנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2007 06:47 לינק ישיר 

שלום

איך זעה אז דו ציהסט שוין צוריק.
דא איז געוועהן אחשובער יונגערמאן, ארויטליכער, סאמעט האט ער געהייסן אויפן לעצטן נאמן, שוין פארגעסן זיין שם פרטי. ער פלעגט כסדר גיין נאך געלט פאר אידנס וועגן ספעציעל פאר כולל קאליב אין וו"ב

ער פלעגט גריסן מיט א ווערטל
" אנטולדיג מהאמיר זיך געטראפן, מעהר וועט דאס נישט פאסירן"

כמעט ווי דו אנטולדיגסט דיך  אז דו האסט געשריבן  צו דער זאך, מעהר ווילסטו נישט ס'זאל פאסירן

"איך ווארט נאר זאלסט מודה זיין אז ביסט נישט גערעכט געווען, כאטש די דרייסט אהער, דרייסט אהין, האסט נישט קיין תירוץ אויף גארנישט, האקסט א טשייניק מיט א מי שפרע, און ווען איינער שרייט רשע אויף אן אלמנה, א תירוץ אויף'ן טרער פין די אלמנה מיט די יתומים האסטו נישט, אבער דערווייל האלט מען נאר ביי דעם אז "איך פרעג" צו די זאך"

צוריק צום אלטן,שלום, קלעבט נישט אווארט צו אווארט,

כהאב מורא סגעוועהן צו א לאנגע תגובה. דו קענסטו נישט האלטן קאפ אזוי לאנג?

וועלכע עבירה? איז מען דא באגאנגען
עני המהפך בחררה , צום זיבעטן מאהל.

מאידך גיסא זעה איך אז ביזט צוריק אין די פעדערן, אז דו האסט נישט קיין לאגישע תשובה אטאקירסטו פערזענליך דעם שרייבער

שרייב מיר דו וועלכע עבירה איך בין בייגאנגען, מיטן מפרסם זיין בעילום שמם 
און איך וועל דיר ענטפערן. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2007 05:48 לינק ישיר 

דערווייל מוז איך דיך קאנגראלאטירען,
דער ערשטער מאהל די ביסט מודה אז איינער שרייבט צו די זאך.

איך ווארט נאר זאלסט מודה זיין אז ביסט נישט גערעכט געווען, כאטש די דרייסט אהער, דרייסט אהין, האסט נישט קיין תירוץ אויף גארנישט, האקסט א טשייניק מיט א מי שפרע, און ווען איינער שרייט רשע אויף אן אלמנה, א תירוץ אויף'ן טרער פין די אלמנה מיט די יתומים האסטו נישט, אבער דערווייל האלט מען נאר ביי דעם אז "איך פרעג" צו די זאך.

איך ווארט נאר די זאלסט מודה זיין אז "די האסט געשריבען" נישט צו דערזאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2007 02:42 לינק ישיר 

שלוםשטוב



קאנגרטולעישנס



דאס ערשטע מאהל וואס איך מוז מודה זיין דו פרעגסט צו דער זאך



ואענה אותך כיד ה' הטובה עלי



א) אויף דעם חייב מיתה שאלה האסטו שוין געקריגן א תירוץ מן  התורה ומן הנביאים ומן הגמרא

 

ב) דיין קשיא אז יעדער וועט קרעכצן ווען מוועט איהן נישט געבן קיין הונדערטער? איז דער תירוץ, אקוראט פאר דעם האבן די חז"ל געגבן די גדרים ווען ממעג אינגאנצן, און ווען יענער קען האבן תרעומות. אין ווי ווייט. למשל ווען יענער רופט דיך ליטוואק. קענסטו איהם בלאזן א תקיעה גדולה. נישט מעהר. אבער ווען ער רופט דיך רשע. מעגסטו זיין א יורד עמו לחייו. און טאמער רופסטו חס ושלום רשע, איינעם וואס קען זיך נישט אננעמען פאר זיך  אליין, ווי א עני גר יתום ואלמנה, והיה כי יקרא עליך ושמעתי כי חנון עני רח"ל.



דאס איז אויכעט א מי שפרע, דאס מיינט אויך דער אין לו עליו אלא תרעומות, דאס מיינט אויך יורד עמו לחייו, די חז"ל רעדן נישט קיין פראפאגאנדע. 



משא"כ טאמער האט ער איהם גארנישט ביי עוולה'ט  איז עס א קללת חנם. וואס איז (לו) לא תבוא.



ג) אין דעם פאהל ביי אונז, איז דער איסור פון א עני המהפך בחררה ובא אחר ונטלו., וואס ער האט אויף איהם איין עוולה, והיה כי יקרא עליך אל ה'...



ד) אין פאהל פון דברי חיים איז דער היתר פון אמרי נועם  אינו דומה בכלל. ווייל דארטן האבן די פריצים נישט געוואלט פארדינגען מעהר פאר קיין אידען, מחמת זיי זענען געבליבן שטעקן מיט דעם ארענדאר. איז ער געוועהן א חב לאחריני. משא"כ דא. 

אויך דארט רעדט זיך פון א ביזנעס, מאי חזית דדמי דידך סומק טפי, דא רעדט זיך פון א בית דירה.         

דער אמרי נועם האט געזעהען דעם ד"ח תשובה, ער האט געהאלטן אז דער ד"ח איז נישט גערעכט, פארדעהם האט ער געהייסן זיין זיהן דעם בייטשער רב פרעגן.


בכל אופן אעבור פרשתא דא, אין איך וועל בל"נ צוריק קומען

ווי יאך קען שוין דיין ניק, גלייבסטו  במיילא נישט די מעשה פון ד"ח , ווי דיין חינוך איז געוועהן נישט צו גלייבן קיין אמתדיגע מעשיות, חוץ פון וואס סשטייט בפירוש געדריקט אין משמשת חלומותינו ווי דער רבי זי"ע האט גערעט קעגן עירוב ... )


די מעשה מיט דעהם ג. האט אבער יא פאסירט. און באשטעטיגט געווארן דורך איינער פון די גרויסע פאטאגראפיסטן פון אונזער פארק...איך האב נאר געשריבן די טרוקענע פאקטן. דו טענהסט אבער אז סאיז א מקרה. דו האסט די פולע רעכט. איך זאג אז סנישטא קיין שום מקרה אויף דער וועלט . 


ה) דו פרעגסט אויב  זיי- די משפחה - וועלען לאזן א טרער ווען זיי וועלען דאס לייענען, אויב דאס וועט מיר שאטן.

מיין ענטפער איז צו דיר

ממנ"נ אויב זיי האלטן אז איז עס א מקרה. WHO CARES?

אלא מאי האלטן זיי אז סאיז אמת. איז עס דאך א קידוש השם. לטובת נשמתו.

אלענפאלס
האסט אפשר א גוטע קשיא אויף מיר, איך האב צופעליג א גוטן תירוץ, 

 אבער  איך בין נישט יעצט דער נושא

פארדריי נישט דעם שמועס. לכה"פ נאך נישט יעצט, דערווייל רעדסטו צו דער זאך  

תוקן על ידי - baachi - 19/03/2007 2:53:00



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2007 00:52 לינק ישיר 

נאך א נקודה וואס די שרייבסט בנוגע אויסקויפען א ארענדא.

די מעשה וואס די ברענגסט פין אמרי נועם מיט'ן דברי חיים, איז נישט ריכטיג, לכאורה נישט אמת, אפשר גייט עס אנדרעש, אבער אזוי ווי די פארציילסט איז עס זיכער נישט אמת.

דאס אז מען טאר נישט אויסקויפען אן ארענדא איז א תשובת הב"ח סימן סמ"ך, און די דברי חיים ברענגט עס אין די תשובות חושן משפט חלק ב' סימן נ"ד, צו זאגען אז די אמרי נועם האט געפרעגט אן שאלה עם הארצות, און אז די דברי חיים האט אויך נישט געוויסט צו זאגען וואס שטייט אין זיין תשובה ספר, איז נאריש.

ממילא ר' באטשי, כשל עוזר ונפל עזור, טרעף אן צווייטער איסור אויף אויסקויפען א הויז, ווייל דיין ערשטער איז אוועקגעפאלען.

אויך איז דא א בריוו פין מיטלער רב ווי ער ברענגט פין תניא אז עס דאס אויף דעם א חרם הקדמונים, און מען ברענגט א קללה אויף זיך מיט די אייניקלעך צו זיין א שואל על הפתחים.

בקיצור עס איז נישט א חידוש פין דברי חיים.

אפשר איז די מעשה א חידוש פין ..................................




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2007 00:17 לינק ישיר 

איז בקיצור.

די זאגסט, אז מען טאר נישט קויפען א הויז וואס די באנק פארקויפט מכח די פאלגענדע טעמים.
א. מען איז מצער א איד,
ב. פונקט ווי די ד"ח האט געזאגט אז מען טאר נישט אויסדינגען אן ארענדע.

קומט דאך אויס אז די האלטס ווי די ד"ח, און איך ווי די אמרי נועם.

אויב איז דאס דיין גאנצע סיבה, שרייבסטו דאך אליין, אז די אמרי נועם האט געהאלטען אז מען מעג יא, און די ד"ח האט אויך געהאלטען אז מען מעג, נאר ער האט פשוט נישט געלאזט, און האט געלאזט יענעם וויסען אז ער וועט אין הימעל "ארלעדדיגען" אז מען טאר נישט.

אויב אזוי איז עס אן הוראת שעה, און איז נאר אקטיוו ווען דער ד"ח איז דא און זאגט.

איך ווייס נישט צו עס איז דא הלכות מיט וואס מען קען יענעם רופען אין דין תורה, צו אלץ דינא דבר מצרא, צו אלץ עני המהפך, טאמער איינער ווייסט איז ער געבעטען דא צו שרייבען.

אויף דעם וואס די שרייבסט וועגען א טרער פין א איד, פארשטייסטו אליין אז די דער גרויסער באשטי איז דער גרעסטער סימבאל פין איינער וואס האט נישט מורא פארדעם, איך ווייס נישט ווער דער קויפער איז, אבער איך בין זיכער אז ווען זיין אלמנה און קינדער (אויב ער האט) זעהן אז איינער באטשי האט געשריבען אין היידפארק אז אים איז געקומען צו שטארבען, לאזען זיי נאך א טרער, און פאר יענעם טרער האב איך מער מורא, ווי איינער וואס פארלירט זיין הויז מחמת נישט באצאלען.


די גמרות וואס די ברענגסט ברענגען טאקע ארויס זעהר גוט, אז ווען איינער טוט אן איסור, ווי מצער זיין א מענטש "שלא כדין" איז עס מעסער וכדברי באטשי בשם ר' חיים, הן פנינה האט געטשעפעט חנה, הן ר' רחומי האט עובר געווען אויף די מצוה פין עונה. דאס איז בכלל נישט קיין ראי' לנידון דידן, ווי די גאנצע איסור איז געבויט אויף אן הוראת שעה פין א דברי חיים.

און צום שלוס, אוודאי דארף מען שטיין גאר ווייט פין אזעלכע ביזנעס, אבער פין דא ביז מחייב זיין מיתה איז א גאר גרויסע מהלך, וכדאמרן לעיל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2007 22:53 לינק ישיר 

איך וייס נישט צו דו מאכסט זיך צו דו ביזט טאקע אזא עם הארץ

דן גאנצע תורה איז פול מיט עונשין גדולים פאר מצער זיין אנדערע יידען.

דו ווייסט וואס סהייסט א מי שפרע?

דו גמרא און מדרשי זענען פול פון מענטשן וואס סהאט זיי געשאט יענעמס טרערן. כל השערים ננעלו חוץ משערי אונאה?

איך וועל דיר געבן נאר צוויי

פנינה לשם שמים נתכוונה שנאמר וכסעתה צרתה גם כעס לבעבור הרעימה- כדי שתתפלל. אעפ"כ עד עקרה ילדה שבעה ורבת בנים אומללה
(5) מדרש שמואל פרשה ה 
הא כיצד. ר' נחמיה אומר, היו לפנינה עשרה בנים. והיתה חנה יולדת אחד ופנינה קוברת שנים. חנה יולדת שנים ופנינה קוברת ארבעה. שלשה והיא קוברת ששה. ארבעה והיא קוברת שמונה.


תלמוד בבלי מסכת כתובות דף סב/ב
דרב רחומי הוה שכיח קמיה דרבא במחוזא הוה רגיל דהוה אתי לביתיה כל מעלי יומא דכיפורי יומא חד משכתיה שמעתא הוה מסכיא דביתהו השתא אתי השתא אתי לא אתא חלש דעתה אחית דמעתא מעינה הוה יתיב באיגרא אפחית איגרא מתותיה ונח נפשיה

פרעגט ר' חיים שמואלביץ, ער איז דען געוועהן חייב מיתה? פארקערט זי האט דאך געוואלט ער זאל האיים קומען?

דער תירוץ איז: א טרער איז א מעסער! א מעסער הארגעט. צו ווילסט יא צו נישט.

  
רש"י על שמות פרק כב פסוק כא
(כא) כל אלמנה ויתום לא תענון - הוא הדין לכל אדם אלא שדבר הכתוב בהווה לפי שהם תשושי כח ודבר מצוי לענותם:
 רמב"ן על שמות פרק כב פסוק כא
(כא) וטעם כל אלמנה אפילו עשירה בעלת נכסים, כי דמעתה מצויה ונפשה שפלה ואמר אם ענה תענה אותו, כל יחיד מהם, על כן כתיב אחריו והיו נשיכם אלמנות, בעונש האלמנה וצעקתה, ובניכם יתומים, בצעקת היתום והעונש הזה לא מנו אותו רבותינו בכלל חייבי מיתה בידי שמים בברייתא דואלו הן שבמיתה השנויה בסנהדרין (פג) והטעם, שאין זה מיתה כמיתת בני אדם בידי שמים שנאמר בהם ומתו בו כי יחללוהו (ויקרא כב ט) ולא תמותו (במדבר יח לב), אבל ענש בכאן שיהרג אותם בחרב אויב או במלחמה ירד ונספה בלא הודע והיו נשיהם אלמנות לעולם ובניהם יתומים לעולם:


לגבי דיין גרויסע "גניבה"

פינדאדארט האט דיר שוין געשריבן, קוק נאך דעם "איסור" פון הפקעת הלואתו וד"ל

דאס איז א רעגולער עני המהפך בחררה ובא אחר ונטלו נקרי רשע.
די חז"ל רופען איינעם רשע איז עס מיינסטו איין ארטיקל אין "דער איד"?
דאס קאסט א טייערן פרייז

ער מוז איהם להלכה איבערבעטן כדין כל חוטא לחבירו. 

דער ד"ח פלעגט זאגן אז ער האט פון קיינען אויף דער וועלט נישט מורא, חוץ פון א קרעכץ פון איין ארימאן.

דער דברי חיים האט זעהר געשטורעמט בשעתו קעגן אויסדינגען איין ארענדע פון א צווייטן איד. און סהאט אסאך אידן ר"ל געשאט.

אויף דעהם שטייט כל השערים ננעלו חוץ משערי אונאה.

פאבליק אינפארמעשין מאכט עס נישט כי הוא זה ווייניגער.
דאס מציאות איז אז א גוי קויפט נישט אויס אין א יידישע געגנט ווייל די פרייזען זענען זעהר הויך, נאר אונזערע  יידעלעך לייידער  באפאסטיגן זיך מיט דעהם. 

אהובי ידידי דעם זעלבן תירוץ ווי דו האסט, האבן געהאטט די לעכט פאכטערס און די פלייש פאכטעס פון א מאהל.

פון דעסטוועגן דאך איז נאך פון חז"לס צייטן א "מוכס" געוועהן א שם נרדף פאר א רשע.

דער אמרי נועם  האט געשיקט פרעגן דעם דברי חיים, ווי שטייט אז מטאהר נישט אויסדינגען איין ארענדע
האט ער גענטפערט "אין מיר שטייט עס"!


 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2007 19:53 לינק ישיר 

גראדע איז עס ליידער מעשים שבכל יום אז א איד באצאלט נישט פאר די באנק אין צייט, אין וויל שפעטער מאכען א דיל מיטן באנק.

אלעמאל ווייסט מען אז אידן שטייען אוועק פון אזאלעכע געשעפטן, הגם אפשר על פי שולחן ערוך איז עס אפשר מותר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מעשה שהיה אין בארא פארק
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext