|
|
| נשלח ב-12/3/2007 22:41 |
|
| |
מוסדות הק' בווילי: נדבה פון 5 מיליאן דאללער!
די מוסדות הקדושים ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר בווילי, האבן נעכטן נאכט ערהאלטען א נדבה פונעם ריזיגען סכום פון 5 מ י ל י א ן ד א ל ל ע ר ! ! !
הרבני הנגיד המרומם רבי ישעי' וואלף לעוו שליט"א ראש הקהלה דקהל יטב לב דסאטמאר בלאנדאן, האט נעכטן נאכט אראפ געלייגט א שטעק פאר כ"ק רבינו שליט"א פון די גאנצע 5 מיליאן דאללער!
רבי ישעי' וואלף שליט"א האט דאס געבען אלס דעפאזיט, ער האט געזאגט פאר רבינו שליט"א אז עס וועט זיין נאך אי"ה.
רבי ישעי' וואלף שליט"א האט שוין געבען פאר די מוסדות הק' א האלבע מיליאן דאללער ביים עפענען די מוסדות הק'.
עס איז די גרעסטע נתינה וואס א חריידישער איד האט אמאל געבען אויף איינמאל פאר צדקה!!!
כדאי צו באמערקען אז רבי ישעי' וואלף שליט"א בויעט יעצט איבער די צענטראלער סאטמאר ביהמ"ד אין לאנדאן אויף קלעפטאן קאמאן, און עס וועט זיין אי"ה לשם ולתפארת.
תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער די וועלט וואונשטען פאר דעם חשובן ראש הקהל רבי ישעי' וואלף שליט"א, געזינט נחת און הרחבת הדעת עדי נזכה לביאת מלכא משיחא ומלכנו בראשינו!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2007 23:00 |
|
| |
שרעקעדיגע נייעס.
ווען די עסקנים זענען צוריק געקומען פון לאנדדאן מיט די רענצלאך פיל מיט די מעלאנעס זענען זיי אפ געשטעלט געווארן ביי די קאסטומס און די גאנצע געלט איז צוגענומען געווארן, ווייל מען האט עס נישט געהאט איינגעגעבן.
שרעקעדיג שרעקעדיג.
אזוי האב איך געחלומט די נאכט, אבער ווען איך האב מיך אויפגעוועקט אינדרפרי האב איך געדאנקט דעם אויבערשטן הודו לה' כי טוב אז סאיז נאר געווען א חלום און ישעי' וואלף האט נאר צוריק געשיקט רענצלעך פיל מיט הבטחות אבער נישט קיין געלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2007 19:42 |
|
| |
איך האב זייער מורא אז ר' ישעי' וואלף איז א שטילער זאלי.
אזוי צו ציפיקסן די אהרונים? ער האט זיי געגעבן נאר 5 מיליאן דאלאר?
_______________________ איך קען דערליידן שחמט, אבער איך קען נישט דערליידן שחמט וואס רעדט ווי א פערד
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2007 19:26 |
|
| |
אז די זאגסט אז די זעסט מסתמה איז עס אמת, איך זע נישט ווייל איך דאווען נישט אין הופפער אבער איך בין זיכער אז די וואס דאווענען דארט זעען די פלוץ יפלצון אין איך פארשדטיי פארוואס אזוי ווי איך שוין גישריבן, גאסט אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו אויב די וואלסט געווען אין די הנהלה וואלסטי אויך געפלוץ יפלצון, ווען מע רישט זיך אויף 16 אין מע באקומט נאר 5 איז פארשטענליך אז מע פלאצט, אויזער אויב 5 איז מער פין 16,
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2007 19:12 |
|
| |
שחמט איך זעה אז ס'איז טאקע פלוץ יפלוצין
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2007 18:22 |
|
| |
גאסט די שרייבסט זייער ווילד אין זייער נישט איידל, פארואס זאל איך פלוץ יפליצין, ווייל ר' שייע וואלף האט גיגעבן אסאך ווייניגער ווי מען האט זיך גירישט, זאל מנחם גרשון פלאצן וואס ער צאלט יעדן חודש קנס פאר ווייט עוועניו 120,000 דאלאר, מיך גייט דאס ווייניג אן, די ווייסט דאך אז איך בין נישט א ארוני אין נישט א זאלי, איך בין נייטראל, אבער ווען איך האב גיהערט אז ר' שייע וואלף האט גיגעבן נאר 5 מיליון דלאר האב איך דאס נישט גיקינעט גלייבן, איך האב אליין גיהערט פין חיים העללער אין קאנטינענטל ביי א חתונה אז שייע וואלף איז שוין מסכים צו געבן 10 מיליון אבער מען וויל נישט נעמען קיין פעני ווייניגר פין 16 מיליון אין דא אזא דורכפאל מע מיז זיך באגעניגן מיט 5 מיליון דאלאר, זעט אויס אז די ארונים געווינען ביי יעדע דורעכפאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2007 07:05 |
|
| |
שור
האט ער פארלאנגט אז די בנינים מיזען בלייבען אויף זיין נאמען אזוי ווי די זאלי נדבנים (יאקאבאוויטש -זופניק)טיען ווייל זיי טראסטען נישט א טייטעלבוים ?
אדער האט ער דאס געגעבען אזוי ווי אלע סאטמערע פילאנטראפען פלעגען געבען בתשיאת חן
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2007 02:15 |
|
| |
געהערט א גוטס:
הרב גדלי' עסטרייכער זאגט, אז מיט די "נתינות" פון ר' ישעי' וואלף קען ער זיך נאך פארמעסטן, אבער נישט מיט זיינע "הבטחות"...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2007 00:50 |
|
| |
נאר שלום יוסף בראך מיט ביגדור יאקאבאוויטש טיילן צדקה...
אגב האט ר' ישעי' וואלף שליט"א אויפגעבויעט
די צענטראלע סאטמאר ביהמ"ד אין לאנדאן אויף קלעפטאן קאמאן.
די הערליכע סאטמאר שמחה זאל ישמח לב.
די בנין פון די סאטמאר עלעמענטרי מיידל שולע אין לאנדאן.
א שטאק אינעם בנין מוסדות יטב לב דסאטמאר אין ירושלים עיה"ק.
א שער אינעם בנין הישיבה שער התורה דסאטמאר אין קווינס.
און נאך
און נאך אסאך
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2007 00:38 |
|
| |
שייע וואלף לעוו האט נאכנישט זוכה געווען צו געבן א פרוטה פאר צדקה אין זיין לעבן.
ער איז א טאקע א מיליאנער, אבער ער האט סאטמאר מיט דעם הולך בערכאות טיף טיף אינדערערד.
ער איז דער קארגסטער איד אויף דער וועלט, און נאך 8 חדשים פארפירן האט ער בלויז געגעבן א פארשטיקענע הלואה. די ארונימ'לעך מיינען אז מיט דעם וואס זיי וועלן דא שרייבן אז שייע וואלףך לעוו האט געגעבן 5 מעלאנס וועט ער אפשר ווייכער ווערן.
א פינסטערער חלום. א הלואה האט ער ציגעזאגט, קיין פיאסטער האט ער נישט געגעבן ביז היינט, מאכטס משוגע א צווייטען.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2007 00:28 |
|
| |
איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2007 00:16 |
|
| |
די שיכור.
דער עושר דונאר פון לאנדאן האט געגעבן פאר אדמו"ר מהרמ"ד מבאבוב איבער צען מיליאן דאלאר.
די פרישוואסער עשירים האבן שוין געגעבן צוויי מאל דאפעלט פון דעם.
דער עושר גוטניק האט שוין געגעבן פער 20 מאל 5 מיליאן דאלאר פאר ליובאוויטש.
דער ראשקעבאה"ג האט גע'בוכה'ט פאר דעם קארגען חזיר לעוו אז ער זאל רחמנות האבן אויף אים ווייל ער כאפט א נערווען בראך. און ערשט פארציילן די לאנדאנער אידן בסוד סודות אז די 5 מיליאן דאלאר איז גאר א הלואה'לע...
שור, וועגן דעם קוקט עטס אויס אזוי ! לוזערס שבלוזערס מיט דעם הולך בערכאות בראש.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 23:38 |
|
| |
די איבעריגע 11 מיליאן געט ער פאר זאלי.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 23:35 |
|
| |
שחמט, איך האב דיר צוויי ווערטער "פלוץ יפלוצון".
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 23:20 |
|
| |
דעטס איט? וואס א ביטערער דארעכפאל, חיים העללער האט דאך גישריגן אז ער נעמט פין עם נישט קיים פעני ווייניגער פין 16 מיליון דאלאר, וואס ער דארף פאר דעם ווייט עוועניו בילדינג, זעט אויס אז 5 מיליון איז מער ווי 16 מיליון,
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 22:55 |
|
| |
א שיינע איינגאבע
_________________
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|