אלא מאי איז דיינע פארלעסליכע מקורות סתם אויסגעזויגען פון די פינגער, אין נאכאמאל זיי נישט ככלב שב על קיאו....די פארשעמסט דיין שטריק.....
נשלח ב-19/3/2007 17:50
שחמט די שרייבסט פאר העטעכל אז עס טוט אים וויי אז זיי האבן גיהאט די חיצפה אריין צו גיין אין בת המדרש, איך קוק אזוי צי זעט אויס אז פאר דיר טוט מער וויי אז מען האט ענק געפאקט מיט די אימגלובליכער חילול שבת, אין די פראבירסט עס צי פארווישען מיט הוידל בוידל.......
נשלח ב-19/3/2007 17:50
איך וואלט דיך גילאזט האבן די לעצטע ווארט אבער איך האב יעצט באקומען אין אישי פין א פאלעסליך מקור אז אמאל אין אלטן בית המדרש איז געווען א פאשקוויל אקעגן דעם חבר הכנסת איצ'ה מאיר לעווין אין דער רבי בעל ויואל משה זי"ע האט דאס געהייסן אראפ נעמען אים שבת קודש, ני זעסטי ווען איך זאג מותר לכתחילה ווייס איך וואס איך זאג.
נשלח ב-19/3/2007 17:39
שחמט אידעלע כ'האף אז מען צאלט דיר אווערטיים, ווייל ווי איך זעה לויפסטו ארום פון איין אשכול צי די צווייטע פירקלען וואס מען קען נאר, ארבעסט טאקע זייער שווער, אבער דארפסט צי וויסן אז אלץ פראפעסינאלע ווארט זאגער פונעם נועם הארץ - נעילת החג רבי , וואלסטו געמעגט אויפקומען מיט עפעס בעסערס אין נישט מעלה גירה זיין נאכאמאל די זעלבע ליגענטס מיט מכלומרשטע מעשיות עדתשאפט'ן, אין זיי נישט ככלב שב על קיאו...אין אז די האסט נישט וואס צי זאגן בלייב בעסער שטיל, ווי שלמההמלך זאגט, גם כשהכסיל מחריש אויל יחשב, אז ווען א נער איז שטיל מיינט מען כאטש אז ער איז א חכם ווייל מען הערט נישט זיין טיפשות אין נערנות, איך גיי נישט איבער חזרן נאכאמאל אלעס וואס כ'האב שוין געשריבן, די ריכטיגע מסלפים אין מזייפים אינעם שו"ע ווייסט אויך יעדער איינער ווער עס איז, נישט ווער עס טראגט מיט א עירוב וואס האט א הכשר פון גדולי הוראה בזמנינו איז א מחלל שבת נאר ווער עס רייסט צעטלעך פירט ארום ווידיאוס רעדט אויף א סעלפאן בריש גלי די זענען די ריכטיגע פוקרי הדת רח"ל, אין אז די האסט נישט וואס צי ענטפערן, מוסטו נישט אלץ האבן דעם לעצטן ווארט, מיט דיינע טפשות....
נשלח ב-19/3/2007 16:50
העטעךפעטעך באראהיג דיך איך פארשטיי אז סטיט וויי אז זיי האבן גיהאט די חיצפה אריין צו גיין אין "דיין" בת המדרש אין אראפ פליקן "דיינע" פלאקאטן, אבער סאיז קלאר אז דאס וואס זיי האבן געטין איז נישט אסור להלכה אויף קלעבן סקאטש טעיפ וואס איז מוכן ציווערן אראפגענומען איז מותר, מע זעט קלאר אז אינדרויסן האבן זיי נאר פלעין ארויס גענומען פין באקס אין אינווייניג האבן זיי נאר אויפגעקלעבט די סקאטש טעיפ מע זעט נישט אינערגעץ אז זיי זאלן האבן עפעס ציריסן, סא זיץ אן אין סטאפ מיט דיינע פיסטע ליגיונות, איך בין זיכער אז די יונגעלייט האבן נישט געטין אן א שאלת חכם אין אויב האבן זיי דאס אראפ גינימען איז זיכער מותר, זעסט דאך דא עדות אז ר' געציל האט געלאזט אראפ רייסן פאפא רב זצ"ל האט אליין אראפ געריסן אים שבת, איז דאך זיכער אז מע מעג, אבער די האסט נישט גיענטפערט פארוואס די ארונים זענען מחלל שבת בפרהסי אין זיי טראגן אן א ערוב ר' געציל האט דאך גיפסקעט אז דער ערוב אין וויליאמסבורג איז הונדערט פראצענט פסול אין יעדער דארף מאכן א ברכה אויפן ערוב ביי זיך אין שטיב ר' אהרן האט כמה פעמים געזאגט אז מען טאר נישט טראגן מיט דעם ערוב הייסט דאס נישט א בועט ברבו ווען סלוינט זיך ענק פאפט עטץ אן ענקער רבי מיט די תורה הקדושה צוזאמען, זייט היפאקראטיע האט זיך היפאקרירט האט זיך נאך נישט היפאקרירט אזא גרויסע היפאקראטיע.
נשלח ב-19/3/2007 15:18
עטץ זעטס די ווערטער פון שחמט יודעלע חילול שבת איז שוין לויט די זאליס "מותר לכתחילה" קוקטס נאר איבער זיין לעצטע תגובה רח"ל.
קודם האט יודעלע שחמט געזאגט זיי האבן נישט געריסן נאר "פלעין ארויס גענומען פון באקס", אין נאכדעם וואס מען האט אים אויפגעוויזען אז זיי האבן יא געריסן, זאגט ער אז מען מעג, אין דער היפאקריט אין מסלף שרייבט אויף אזוי ווייט אזש עס איז גאר א מצוה וואס פון דעם קען נאך איינער מיינען אז נאר לצורך מצוה מעג מען, ולא נתקררה דעתו ביז ער שרייבט מען מעג לכתחילה מחלל שבת זיין רח"ל עס איז מותר לכתחילה.
אויף דעם זאגט די משנה אוי להם לבריות מעלבונה של תורה
ווי טרויען זיך יודן מיט שטריימל אין בעקיטשע אויפציהייבן א האק קעגען די תורה הקדושה מה תענה ליום הדין ומה תענה ליום התוכחה.
די אלע תירוצים זענען הוילע פוסטע נערישקייט, מען האט ענק געפאקט ביי די מעשה און עטץ זינקטס איין פאר בושות, פאקטס איין , אין לא די וואס עטץ זענטס נישט מוחה אויף דעם שרעקליכן חילול שבת אין א בית מקדש מעט, זענט עטץ נאך מחפה אויף די מעשי רשע, ??
מען שרייבט נאך אזעלעכע אויסדריקען ווי גבורי החיל?? מקדשי השם?? ווי האלט מען אויף דער וועלט?? אזוי מבזה צי זיין דיינים? צי שרייבן אז זיי שטייען מיט , מוט די חילול שבת?? האסט זיי אנגעפרעגט??? ווער גיבט דיר רשות צי רעדען מכלומרשט אין זייער נאמען?? ווייל דיין עגא דיקטירט דיך אזוי?? איר זענט שלוחים פון כלל ישראל?? וועמענס שלוחים ?? פו ןוועלעכע כלל ישראל רעדסטו?? פון אפאר פוקרי עול ליידאקעס וואס לא קרא ולא שנה?? וואס האבן זיך גענומען איין ציל אויסצרייסן די תורה הק'??
אין איין ווארט
והרשעים כים נגרש השקט לא יכולו, ליידער ליידער....
נשלח ב-19/3/2007 04:18
איינער האט היינט געטראפען יענקעלע און געפערגט נא וואס זאגסטו האט יענקעלע געזאגט בעיקר טוט מיר וויי אז מען גייט נישט אוועק אזוי פרי פון א קידוש מען טרונקט און מען זויפט ווי מער