|
|
| נשלח ב-19/3/2007 20:18 |
|
| |
פעטעך.
וואס ביסטו געווארן נערוועז.
אמאל פלעגסטו זיך אויפטאן, ויותר יעקב לבדו... דער ראשקעבאה"ג איז גרעסער פון יעדן, ער דארף נישט קיינעם !
יעצט זעה איך ביסטו עפעס נישט צופרידן אז ער איז אפגעפרעגט ביי אלעמען. וואס האט פאסירט?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 23:06 |
|
| |
אידעלע
הלטסט און איין רעדן אז דער און יענער איז פאר אדער קעגן די אריזאנא ווייץ.
און וואס האלט דיין רבי אליינ'ס?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 23:11 |
|
| |
די זעלבע ווייץ וואס מיר האבן געהאט אלע יארן, דאס וועלן מיר אי"ה ווייטער נוצען.
די "משכילישע" חארונים מוזן אלץ אויפקומען מיט נייע זאכן. פאר אונז איז פינקט גוט די אלטע מסורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 23:17 |
|
| |
ר' זאלי האט געזאגט אז עס אזי דא וואס פירן זיך אזוי און עס איז דא וואס פירן זיך אזוי...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 23:25 |
|
| |
איך הער זאגן אז
א ריזיגע קול קורא איז ארויסגעקומען קעגן די אריזאנע ווייץ:
איין גרויסע סופרייז:
הגאון מבלעקבערי, שרייבט געפערליכע זאכן אויף די ווייץ.
ער שרייבט בשם זיין הייליגן טאטען, אז ער האט א טעם כמוס...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 23:58 |
|
| |
קוקטס ענק אן אליינס.
יעצט ווען דער ראשקעבאהא"ג איז שוין גוט ציקלאפט, שרייט ער און שעלט, און פארפירט אז יעדער מוז אים נאכגיין זיינע שיגאנען און קאפריזמען.
שטעלט זיך נאר פאר ווען דער אני ואפסי'ניק זאל ווען זיין אליינס, וואלט ער דאך געווען א וועלטס בוטשער, יעדער מענטש וואס וואלט נישט נאכגעגעגאנען זיינע אריזאנא שטותים, וואלט דאך געווען מיט א קאפ קלענער.
אויף דעם דארפען מיר אלע זאגן הודו לה' כי טוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 00:09 |
|
| |
רב בראדי פון בארא פארק איז א זעלטענע חשוב'ע רב, א תלמיד חכם עצום און א ריכטיגע אויסגערעכנטע איד. די וואס זענען נונט מיט איהם ווייסן אז ער איז א איד וואס קויפט נישט קיין שום בלאפערייען, ער זוכט זיך צו פארמיידן צו זיין פארמישט און עניני הכלל, ספעציעל אזאך וואס האט נאר די מינדעסטע שמעק פון פאליטיק, זאגענדיג אז ער איז גענוג פארנומען זיך צו מתקן זיין, ער איז א מורא'דיגער פשטן. ער איז אויפגעוואקסן א ריכטיגע בריסקער מיט אלע קליפערלעך און יעדע מצוה טוט ער מיט אויסטערלישע הידורים און חמרות כמנהג בריסק, און ספענט עפרות זהב אויף יעדע מינדעסטע חומרה עד להפליא. אויך איז ער זייער דבוק צו די סאטמארע שיטה און אין די ספרי רבינו יואל אזוי ווי אלע בריסקע רבנים, כמעט ווען אימער ער רעדט א דרשה דערמאנט ער אלס א ווארט פונעם דברי יואל זצוק"ל, אויך אין די הייליגע טעג ביי זיך אין ביהמ"ד איז ער מקפיד מ'זאל זינגען אלטע סאטמארע נגינום.
דא ביי די ווייץ האט איהם אלס געאהרט אז מ'פארלאזט זיך אויף פארשידענע קולות, ווייל די ווייץ וואס מ'שניידט וואקסט און רעגענדיגע פלעצער און מ'שניידט עס צו שפעט, ע"פ הלכה שטייט און שלחן ערוך, אז אין רעגענדיגע פלעצער זאל מען אפשניידען די ווייץ פרי און דערנאך אליינס אויסטריקענען אויפן זוהן, למעשה טוט מען עס נישט ווייל מ'שניידט גרויסע קוואנטיטוםס און סיז נישט במציאות צו אליינס צו טריקענען, איז ער אויפגעקומען מיט די אריזאנע ווייץ וואס אונעןם שניידן סעזאן רעגנט קיינמאל דארט.
סאטמארע רבי האט זיך דעמאלטס באקאנט געמאכט מיט רב בראדי, און געהאט מיט איהם א גאר לאנגע שמועס וועגן די נושא, זיי האבן דורכגעשמועסט יעדע איינציגע פרט פון די נושא, סיי הלכה סיי מסורה, אלעס. רב בראדי איז דעמאלטס זייער נתפעל געווארן פון רבי'ן און זיי האבן זינט דעמאלטס אנגעקנופט א ידידות.
די אידן וואס האבן א היסטאריע פון זיך מוסר נפש זיין פאר א הידור מצוה טרעפן באמת א סיפוק הנפש און א קורת רוח אין די אריזאנע ווייץ.
ווידער די אידן וואס האבן א היסטאריע פון זיין טיף פארזינקען און פאליטיק, מחלוקת, בלינדע שנאה, די האבן פערצופאל איינגעזעהן אז די אריזאנע ווייץ איז חמץ!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 00:34 |
|
| |
הרב בראדי איז א תלמיד פונעם גרויסן לוחם מלחמת ה' ר' אלקים שלעזינגער שליט"א.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 01:01 |
|
| |
דער אמת פארשטיי איך נישט אברהם לויפער, יצחק שטיין, דוד ראזענבערג ודומיהן, פארוואס דארף זיי האלטען דרשות ארויסגעבען ספרים, ס'איז זייער פשוט
אז א. טייטלבוים זאגט יא, זאג איך ניין!
קורץ און שארף
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 01:33 |
|
| |
רבותי, א שאד יעדעס ווארט.
די גאנצע סעמי-שערוריא וועט במילא עקספייערן אין א יאר ארום, וועט מ'וועט שוין זיכער מאכן צו שניידן ביי 11-12 (וואס למען האמת איז דאס אויך א חידוש, ווייל אונזערע עלטערן פלעגן - לכל הדיעות - שניידן מינימום ביי 16. אבער אזוי שניידט מען שוין די לעצטע 20-25 יאר, במילא איז דער "חידוש" פארגעקומען בעפאר דער שיכור לויפער האט געהאט א פרינטינג, און דערפאר איז ער מותר לכתחילה).
אויף דאס יאר איז שוין במילא דערנאך. עס איז שוין נישט פאראן צו באקומען קיין אריזאנע מצות אין קיין בעקעריי.
ביז געציילטע יאר וועט כמעט יעדער ערליכער איד אין אמעריקע נוצן אריזאנע ווייץ (און ס'וועט מסתמא אויך נישט זיין טייערער), אפילו דוד ראזענבערג וועט נעבעך מוזן בלית ברירה נוצן אריזאנע ווייץ, יא, די מיט די 'באנטש גלוטען'... נאר געציילטע משוגעים וועלן 'נישט משנה זיין'.
אלעס איבריגעס וועט זיין היסטאריע.
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 03:18 |
|
| |
הרב בראדא איז א בעל באקאנטער בעל מחלוקת און א שלעגער, לא לחנם הלך הזרזיר אצל העורב, אלא מפני שהיא מינו (עירובין י"ח).
אלעס איז פאליטיק און רייץ פאר כבוד און שררה. דער בראדא מיט שטראסער זענען אויסגעשפילטע רע-בנים וועלכע האבן געפינען א שטיקעל אסטראטעגיה ארויפציקריכען אויפן פאליטישען לייטער.
לאמיר זיך נישט פאפען די גאנצע אריזאנע אישו איז הויל פאליטיק, און צוליב דעם וועלן זיי מתיר זיין חמץ גמור.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 03:21 |
|
| |
געגאנגען,
פארוואס איז לויפער א שיכור, ווייל ער ווארפט זיך נישט אינטער דעם ראשקעבאהא"ג.
אויף דעם זאגט שוין די חז"ל מוטב להיות שוטה כל ימי ולא אהיה רשע שעה אחת לפני המקום.
מיר זאגן פאר ר' אברהם לופער שליט"א חזק ואמץ, די תורה איז מיט אייך !
די פויערן און טעראריסטן זענען מיט די חארונים, אבער די תורה טרייע אידן, וועלכע ווייסן פונעם "לא ישתנה ולא ישנה" די זענען מיט אייך !
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 03:48 |
|
| |
רב בראדי איז א שלעגער, אברהם לויפער איז א רודף שלום, איינשטיין איז א משוגענער, ביל געיטס איז האומלעס, און רז"ל איז א גאון.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 03:54 |
|
| |
גיי ווייטער
כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א איז א עם הארץ
הגאון האדיר הראב"ד שליט"א איז א פאסט ארבעטער
רבי שלום לאנדא א דיין
דער ראשקעבאהא"ג קען לערנען
ס'איז נאך חודש אדר.
|
|
|
|
|