| נשלח ב-19/3/2007 03:26 |
|
| |
מיעל מארט: ר' אהרן וועט נישט אויספירן גארנישט !
די אייגענטימער פון מיעל מארט (איך שרייב נישט ווער, צוליב דעם פחד פון די ארונישע טעראריסטן) האבן געלאזט וויסן זייער קלאר, אז טראץ דעם וואס דער משגיח איז אראפגעפארן קיין קרית יואל, פאר א שאו מיט ר' אהרן, מכלומרשט צו רעדן בעניני ניקור והמסתעף...
וועט אבער מיעל מארט נישט מאכן קיין שום ענדערונג, צי ער וויל יא אדער ער וויל נישט. וואס עס איז געווען ביז היינט איז גוט געווען פאר מרן רבינו בעל בירך משה זצוק"ל, און אויב עס שמעקט נישט, דעם בן סורר ומורה, וועלן זיי אים נישט נאכטאנצען.
מיעל מארט וועט נישט מאכן קיין שום טויש און ניקור אדער שחיטה, און נישט נאר דאס, נאר מיעל מארט וועט אויפהערן קויפן די איבערגעליבענע אומגעלונגענע טשיקענס פון קרית יואל'ער בית השחיטה. נאר אזוי וועט דער ראשקעבאהא"ג באקומען זיין לעסאן.
פאר די חארונים וועט עס אוודאי נישט שמעקן, אבער דאס איז דער פרייז פון פראבירן צו ווערן דער וועלטס פירער אויפן יענעמס חשבון.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 20:10 |
|
| |
אידעלע.
לאמיר הערן וואס די האסט צו זאגען, מעגסט קומען מיט דיין יעצטיגע ניק,
ס'איז בכלל דא א שחיטה אין טעקסאס?
אפי' מיט'ן ניק פארמעגליך אדער YES WE CAN
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 07:25 |
|
| |
לאכטס א גוטס...!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2007 16:42 |
|
| |
עס איז נישט קיין וואנדער אויף זיי גייען דאך ארויס א קעגן כל התורה כולה וויייל מרן האדמו''ר מסאטמאר שליט''א לערנט עס .
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2007 06:56 |
|
| |
איך גלייב נישט קיין איין מעשה וואס ר' עזריאל דערציילט ווייל עס קומט פון זיין מצה אויבען.
ווילסטו אז איך זאל גלייבן דיינע מעשות וואס די פארציילסט פון ר' עזריאל...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2007 21:12 |
|
| |
ר' עזריאל האט אויך פארשטאנען תשל"ט אנדערש ווי תש"מ, ממילא מיט די צייטן איז שווער זיך אויסצורעכענען, עס ווענדט זיך וואס עט זיין שפעטער,
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2007 19:50 |
|
| |
הרב החסיד רבי עזריאל גליק שליט"א, משב"ק אצל מרן רביה"ק בעל ויואל משה, ומרן רביה"ק בעל בירך משה האט אויסגעדרוקט אז דאס וואס דער ראשקעבאהא"ג טוט איז א מורא'דיגע פירצה אין כשרות און וועט מכשיל זיין טויזנטער אידן.
דאס איז סיי מיט זיינע מכשולות אין די ווייץ און סיי מיט זיינע פלענער צו מאכן שינויים און שחיטה וניקור.
דער אמת איז אז רבי עזריאל דארף זיך נישט זארגן, זיינע חלומות ווען קיינמאל נישט מקוים ווערן. כלל ישראל איז שוין בייגעקומען פיל גרעסערע חברה-לייט ווי דעם יאקעל דער צר התורה, און ראשקעבאהא"ג, וועמענס פיס זענען שוין ב"ה גוט אינטערגעהאקט.
מיעל מארט וועט אי"ה שטיין פעלזן פעסט און וועט טאן אלעס לויט די הוראות פון די בעלי מכשירים, און די הוראות פונעם בית דין שע"י קהל יטב לב דסאטמאר, עד ביאת משיח צדקינו, בב"א.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/3/2007 11:51 |
|
| |
ביטע זאגן צו דער מכולמר'שטער ''רבינו שליט''א'' ווייסט בכלל וואס רביה''ק בעל ''ויואל משה'' און ממשיך דרכו בעל ''ברך משהזי''ע ועכע''י האבן געוואלט אפי' נישט קלאר, און ביטע צו לייגן דא די חשוב'ע און גרויסע הדרכות פונ'ם ''צדיק'' צו ער ווייסט בכלל וואס שחיטה און ניקור איז .
|
|
|
|
| נשלח ב-25/3/2007 23:25 |
|
| |
הער אויף מיט דיין פוסטע נארישקייט.
רבינו שליט"א האט קלאר געזאגט אז דאס זוכן צו משנה זיין פון וואס רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע האט געוואלט, און וואס רבינו בעל בירך משה זצ"ל האט געטאן, צייגט אז ער זוכט צו קאנטראלירן די וועלט.
ברוך השם אז די גאנצע וועלט בכלל און סאטמארער חסידים בפרט זענען פטור געווארן פון דעם שלאנג וואס רופט זיך ראשקעבאהא"ג, ער איז שוין היינט מער נישט באלעבאס, נישט אויף די קהילה הק' און נישט אויף די מוסדות הק', וועגן דעם פראבירט ער צו טעראריזירן ביי די מצות און ביי די פלייש. ער וועט גיין מיט רובאשקין, און אלע אנדערע טריפה'נע פירמעס.
אבער עס וועט אים אי"ה נישט געלונגען גארנישט. מיעל מארט וועט זיך אי"ה נישט ברעכן פאר אים און פאר זיינע טעראריסטן, נאר טאן ווי די הדרכות פון מרן רבינו שליט"א ובית דינו הצדק.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 22:21 |
|
| |
אידעלע צו מעיל מארט וועט פאלגן רבינו שליט"א אדער נישט דאס וועלן מיר זעהן.
אבער לאמיר הערן וואס איז ר' זאליס מיינוג איבער דעם ענין?
האט ער עפעס אין ניקור, שחיטה, וואס ער וויל מתקן זיין?
איך מיין אז מען זאל מאכן אזא דיל רבינו שליט"א זאל קעיר נעמען פון די רוחניות חלק פון די בהמות, ניקור שחיטה הלכות וכו'.
אין ר' זאלי זאל קעיר נעמען פון די גשמיות חלק, צ.ב.ש. ווי דיק די בהמות זאל זיין , ווי פעט, א גוטע סטעק...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 19:03 |
|
| |
יענקעלע,
דיינע סאורסעס זענען זעט אויס, פארגיפטעט.
מיעל מארט האט זיך נישט געבראכן. געבראכן האט זיך דער ראשקעבאהאג דיינער.
ער האט זיך געבראכן אז ער גייט נעבעך נעמען פלייש פון בראזיל און אוריגוויי און אפשר וועט ער; פארן ביז תימן, זוכן פלייש פאר זיינע קעלבלעך.
דא האלט עס, ער איז נישט באלעבאס... ער קען אויף קיינעם נישט ארויפצווינגען זיינע שיגאנען און שיקאנירונגען. אין ברירה האט ער, פירן זיינע משוגעים קיין בראזיל אדער יענעם עק וועלט.
געלויבט דעם פון אויבן, אז סאטמאר פירט ער נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 18:29 |
|
| |
נעכטן האבן די בעלי בתים פון מיל מארט באפוילן פאר כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
אז זיי נעמען אן זיינע רעקאמענדציעס, און אויף אלע 9 געביטן וועט מען אנעמען אלע
אנווייזונגען פונעם רבין, וואס ער האט פארלאנגט.
נאכדעם וואס די בעלי בתים פון מיל מארט האבן אראפ געשיקט זייער בעל מכשיר דער באטערער רב
צום רבין שליט"א עם איבער צו צייגן אז אלעס איז כהוגן און ס'איז דארט געווען א שטיקל סתירה צעווישן
דעם באטערער רב און זיין אייגענער הויפט משגיח, דעמאלטס זענען זיי געוואר געווארן אז דער רבי
שליט"א איז בקי בכל דיני ניקור און אז ער איז כהיום א מומחה עצום, און דער באטערער רב האט טאקע
באותו מעמד געזאגט פארן רבין אז ער גייט תו"מ רעקאמענדירן פאר זיינע בעלי בתים אנצונעמען
אלעס וואס דער רבי הייסט, וכן הוה א טאג צוויי שפעטער האבן די בעלי בתים באפוילן אז זיי
זענען גרייט אויף אלע תיקונים וואס דער שליט"א הייסט,
ולא תסור מכל הדברים אשר אנכי מצוה אתכם היום ימין או שמאל.
איך מיין אז יודעלע וועט זיך אצינד דארפן אנשליסן צו ראבאשקין...
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 23/03/2007 18:31:57
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 06:58 |
|
| |
Yidala make up your mind its good for Zali that
satmar takes from rubashkin or not? Here you claim
that you are waiting we should take from them and
its will be better for you, in a other ashkol you
cry hayituchen the rabe haket inter the satmar
meat, is he building or destroying the your satmar
meat?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 05:51 |
|
| |
למען האמת וויל איך נישט אז זאל זי טאקע טועה זיין אז דאס וואס אידעלע זאגט איז אמת לגבי פרעש ענד העלטי און ק"י מוסדות
די בעלי בתים פון פרעש ענד העלטי זענען געזיצן ביי א מיטינג וואס ר' מאיר הירש האט פארופן און אזוי ווי ??? האט געזאגט אז זיי קענען דערווייל נישט נאכקומען די פארלאנג
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2007 06:04 |
|
| |
מאיר הירש האט קלאר געזאגט פאר "פרעש ענד העלטי" אז ער האלט נישט ביים איבערלאזן גאלדען פלאו, ווייל "פרעש ענד העלטי" איז א שוואכע קוואליטי וואס וועט גאנץ שנעל נישט עקזיסטירן! און לגבי דעם פלייש: מיר ווארטן שוין אז מאנראו זאל אנהויבן נעמען פלייש פון רובאשקין. איי וועט ער א טובה טאן פאר סאטמאר!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 16:40 |
|
| |
אידעלע האסט איין פראבלעם........
ליידער... ליידער.... לדאבונך.... ביסטו נישט די ענדגילטיגע באשלוס מאכער פון מיעל מארט.
|
|
|
|
|