בית פורומים כל העולם כולו

די פראפעסיאנאלע מחללי שבת אין די פולע פארע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/3/2007 04:24 לינק ישיר 
די פראפעסיאנאלע מחללי שבת אין די פולע פארע

די וואך, לכבוד א שמחה ביי עמיצן אין בארא פארק, האבן תושבי בארא פארק געהאט די 'זכיה' מיטצוהאלטן א ספעקטאקל וואס איז לכאורה קיינמאל אין די היסטאריע נאכנישט פארגעקומען ביים היימישן ציבור.

א גרופע מחללי שבת האבן זיך ארויסגעלאזט איבער די גאסן פון בארא פארק מיט א 'הייליגע' מיסיע זיך אנצונעמען פארן כבוד פון זייער פירער, זאל עס קומען פאר וועלכן פרייז, אפילו אויפן חשבון פון פרעכער חילול שבת.

דער ספעקטאקל איז פארגעקומען אין יעדן סאטמארן ביהמ"ד אין בארא פארק, וואו די גרופע איז ארומגעגאנגען אפמעקן דעם זכר פון יעדער אנדענק צו די רשעות און געמיינהייט פון זייער פירער. אויפן וועג פון איין ביהמ"ד צו די אנדערע האבן זיי אויך אריינגעכאפט זיך אונטערצוהאלטן מיט זייער וועכנטליכער פארוויילונג פון שרייען שבת אויף אידן וועלכע טוען עפעס וואס איז לדעתם נישט אויסגעהאלטן צו טון אום שבת קודש.

דער קלימאקס פון זייער חילול שבת איז פארגעקומען אין דעם ביהמ"ד אויף 15 עוועניו, וואס איז סמוך ונראה צום סיגעטער ביהמ"ד אין בארא פארק... דארט האבן די פרעכע מחללי שבת אויפגעבראכן - אין שבת קודש ! - די גלאז אונטער וועלכן די שווארץ אויף ווייסע ווערטער האבן אויסגערופן פאר יעדן די נידריגע טעטיגקייטן מיט וועלכן זייער פירער באשעפטיגט זיך, און אראפגעריסן די פלאקאטן וועמענ'ס ווערטער האבן זיי אזוי טיף געשניטן.

יא, יא, כל המחלל שם שמים בסתר, נפרעין ממנו בגלוי !

דוכט זיך אז יעצט וועלן זיי שוין יא גלייבן אין דעם עין רואה, כאטש ביז גלייבן אז וכל מעשיך בספר נכתבים איז נאך מסתמא פאלג מיר א גאנג !


_________________
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2007 21:19 לינק ישיר 

זייטס נישט ברוגז אבער צו זיין פעיר, לכאורה פון דעם תשובה, מוז מען זיי דן זיין לכף זכות אז זיי האבן געהאלטן אז סיז אויסגעהאלטן ע"פ הלכה, עכ"פ מ'קען זיי נישט אנרופן מחללי שבת בזדון, מ'זעהט נישט אויפן קליפ ווי זיי צורייסן די עצם פאפיר זיי נעמען נאר אראפ די טעיפ צוקנייטשען עס און ווארפן עס אין מיסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2007 20:46 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2007 20:44 לינק ישיר 



תוקן על ידי אידעלע ב- 21/03/2007 20:45:09




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2007 15:56 לינק ישיר 

אם בא(ר''ז)ים נפלה שלהבת מה יאמרו אזובי קיר (השווענצעלעך שלו) .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2007 15:06 לינק ישיר 

אויף דעם זאגט דער רמב"ם אז מ'קען ארויסלערנען פון די תורה אז מ'דארף דינען עבודה זרה, ווייל ס'שטייט דאך "ועבדתם אלהים אחרים".

ער שרייבט קלאר אז ער איז נאר מקיל בצירוף אלע סברות, וואס רוב פון זיי זענען נישט שייך אין אונזער פאל. דוק ותשכח. ספעציעל ווען דא איז נישט די רעדע פון קיין פאשקעוויל, נאר א שארפער אפיציעלער בריוו פון די קהילה.

ס'איז א נחת צו קוקן ווי די מחללי שבת דרייען זיך אין זייערע לעכער פארצווייפלט פאר בושה אז מ'האט זיי געפאקט ביי די מעשה, ס'איז אבער גלייכצייטיג א וואונדער צוצוקוקן ווי אידן שומרי תומ"צ קענען אנשטעלן א בלעכענעם פנים און נאך פרובירן צו בארעכטיגן זייער אומדערהערטן שריט, אלעס פאר אביסל פארשטונקענע גאוה און פאליטיק.


נ.ב.
מ'קען נאך טרעפן אזוינע גוטע סברות מתיר צו זיין דעם עירוב...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2007 15:00 לינק ישיר 

מצורף קובץ

trying again



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2007 14:55 לינק ישיר 

מצורף קובץ

page 2



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2007 14:54 לינק ישיר 

מצורף קובץ

page 1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2007 22:37 לינק ישיר 

איך בין נישט אין די ביזנעס פון שרייבן נעמען אין קיין פאבליק פלאץ, אפילו ווען די יעניגע זענען פרעכע מחללי שבת. ווער עס וויל שטארק וויסן קען זען די נעמען אין א דערנעבנדיגן אשכול, אדער אויף די ווידיאו. If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2007 22:14 לינק ישיר 

געגאנגען.

זיי מסביר פון וואס וועם די רעסט דא.

די שרייבסט א מעשה גדולה אבער איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2007 16:24 לינק ישיר 

איך האב א שווערע שאלה:

וואס איז די הלכה אויב מ'זעט איינעם טראגן בשעת ער רייסט אראפ די צעטלעך קעגן די קעצלעך, דארף מען שרייען שבת אדער נישט?!

מ'קען אריינגיין אין א לאנגע פלפול, אבער איך וועל עס איבערלאזן פאר די סיין בי"ד, און זייער מזכיר.

איך ווארט אויף א שנעלע און קלארע תשובה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די פראפעסיאנאלע מחללי שבת אין די פולע פארע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext