| נשלח ב-19/3/2007 05:02 |
|
| |
איז ער טאקע געווען אזא שייגאץ?
מיר דא זענען אויפגעצויגן געווארן אז פון די ערגסטע אידן וואס זענען נאר געווען אין לעצטן יאר הונדערט איז געווען הרב קוק, וואס ווערט געפערליך פארשאלטן ווען מען דערמאנט זיין נאמען.
פון תמיד אן ווייס איך אז נישט יעדער וואס ווערט אים צוגעלייגט די שיינע ווערטער ווי ימ"ש און שר"י איז טאקע ווערד דערצו. און געוואוסט האב איך אז ער איז געווען נישט סתם א מענטש. און אפשר טאקע צוליב דעם, האט מען אים זייער אראפגעריסן ווייל מען האט געהאלטן אז אזא גדול מאכט חרוב פיל מער.
לעצטנס, האב איך אריינגעבליקט אין דעם בולעטין וואס קומט אן צו אלע וויליאמסבורגער תושבים אויף די פאסט, האב איך באמערקט אז ער האט פריש גענומען איבער דעם איד, און איך האב זיך דערמאנט וואס איך האב געליינט אין די ליכט שטראלן איבער דעם געפערליכן יונג.
האב איך זיך אריינגעטוהן און גענומען נישטערן אביסל היסטאריע, און דא האב איך אנגעהויבן און לאמיר הערן וואס דער ציבור האט איבער אים צו זאגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2007 02:43 |
|
| |
וואס איז דער התיר זיך מתווכח צו זיין מיט באטשי?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 23:44 |
|
| |
A TO Z
What are you aiming at? I'm sure you're talking about certain yidden that are fighting against the "Neturei karta" group, am i right? I also have a similar feeling
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 22:51 |
|
| |
די דעמעגאגיע איז א באקאנטע,
אבער לענינינו מלחמה האלטען קעגען אידן שומרי תומ"צ איז רעלעטיוו גאנץ א מאדערנע זאך,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 21:49 |
|
| |
דיין משל מיט די דייטשן איז גאר פאסיג!
די דייטשן זיינען געווען גאר "מענטשליך און אורענטליך", און פיינט געהאט דאס בעסטע און הייליגסטע, און די וועלט האט גאר שטארק געהאט טובת הנאה פוטן זייער "דייקנות און גוטסקייט".......
מצד השני די "קנאים" זענען נאך ווי די אמאליגע אלטמודישע מיט זייער "אלטע תורה" און אוסגעדראשענע "מסורה", פאר א אופגעקלערטע דייטש איז שווער צו פירן וויכוחים מיט די "אלטמאדישע פאנאטיקע"....
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 21:08 |
|
| |
ווען די דייטשען זיינען אריין קיין פוילן זיינען זיי אריין גאפארען מיט מאדערנע טאנקען אין די פוילישע זיינען אנטקעגען געקומען מיט פערד און ביקסען,
ווען מען וויל האלטען א וויכוח און מען וויל ארויסברענגען דעם אמת מוזען ביידע האבען די זעלבע כלים,
מיט די קנאים קען א אנרענטליכער מענטש נישט פירן קיינע וויכוחים, ווייל ביי זיי צו זאגען וואס עס ליגט זיי אויפען געדערעם צו אמת צו נישט אויף א גדול איז נישט קיין שום פראבלעם, און אן ארענטליכער מענטש וועט נישט שרייבען קעגען זייערס א גדול קיין קרום ווארט,
סא דיר איז נא דיל,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 20:59 |
|
| |
באטשי שליט"א
איך רעספעקטיר דיך זעהר שטארק, אבער לאמיר דיך אויסלערנען עפעס א ענגלישען טערמין וואס הייסט
warped logic
און להבדיל א אידיש ווארט
חכמים המה להרע ולהיטיב לא ידעו
זיי זיינער אלע נתבא בסגנון אחד ווי א קאפי פון א טעיפ
עס איז א שאד צו טעהנען מיט זיי,
ווען עס איז זייער אינטערעס איז עס א "פאקט",
ביי זיי איז היינט דער סיגיטער אזוי גרויס ווי דער רבי זי"ע, אדער פארקערט, איך געדענק שוין נישט,
ואידך זיל גמור,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 17:43 |
|
| |
איך האב געהערט פון גאר א קראנטער מקור וואס איז נאנט צו די עדה החרדית אז די סיבה פארוואס איינער פון זייערע גדולים האט נישט צוגעלאזט אז מען זאל שלום מאכן מיט בעלזא איז ווייל דארט איז מען מחשיב און מען רעדט מיט רעספעקט איבער הרב קוק ז"ל.
קען איינער דאס באשטעטיגן?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2007 21:58 |
|
| |
מאה אחוז
ער האט טאקע געזאגט ימח שמו אויף הרב קוק זצ"ל?
ביזט מאה אחוז?
אויב אזוי מאכסטו דאך דיין רבין פאר איין עבריין מדאורייתא!
הער נאר ווען הרב קוק שטארבט אהן קיין קינדער איז דאך זיין ווייב מחוייב בחליצה - כדי שלא ימחה שם המת
איז וויאזוי קען דיין רבי זאגען אויף איהם ימח שמו?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2007 20:20 |
|
| |
און מרן הגה"ק מרא דארעא ישראל סאטמאר רב זי"ע (וועמען באטשי אט אזוי שטארק ליב... אווי ער גלייכט יעדן ת"ח שנאת מוות) איז געווען א גאר שטארקע קנאי, און האט אוף קיינעם ניט געעפנט קיין קללות, אט אוף הרב קוק געזאגט ימ"ש.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2007 20:15 |
|
| |
דער בריסקער רבי איז געווען גענוג א גרויסע קנאי אין ער שרייבט אויף איהם גאר חשובע תוארים.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2007 15:40 |
|
| |
שמעק טאביק היקר
איך פארשטיי נישט וויאזוי דו האסט פארבלאנדשזעט צו רעדן פון די גדלות פון סאטמערע רבין.
למען האמת כאטש איך בין פאלקאם מודה צו דיר אז ער איז געןןעהן א איד א קדוש, בין איך נישט אבער מסכים אויף רוב זאכן וואס דו האסט געשריבען ובעיקר
אז ער איז געוועהן איין איש שלום, אז רוב היימישע אידן אין אמעריקע האבן איהם צו פארדאנקן זייער אידישקייט, אז ער האט געמאכט א הלכהדיקען בירור וועגן אזוי גערופענעם "ציונות", און אז עסקנות איז צדקות, אבער כאמור אכמ"ל
דער נידון דא איז הרב קוק זצ"ל.
די שאלה איז יעצט נישט די גערעכטקייט פון זיין פאליטישע מיינונוג,
דער נושא איז זיין פערזענליכע צדקות.
איך מיין אז דו וועסט אויך מודה זיין אז עס זענען געווען אידען צדיקים גדולים וואס ווייל זיי האבן געהאט מיט איהם פאליטישע חילוקי דעות, האבן זיי מחמת א סיבה איהם אטאקירט פערזענדליך. און איהם אהנגערופן אלע שמות הנרדפים הכתובות בספר תהלים.
די שאלה איז אחרי ככלות הכל, זענען די אלע קללות ואלות אמת, אדער נאר געווען א טשאדעלע באדעלע מעשה פאר די קליין קעפיקע יוצאי מדינות הגר והגלילות, שלא חננם ה' בדעה להבחין. צו פארשטיין דעם חילוק צווישען מיינונגס פארשידענהייטונגען און שייגאץ ארויס.
לפענ"ד איז די לעצטע דעה אמת. והא ראיה אז דער סאטמערע רבי האט גערעט פון עברית לערנען אדער רעדן בלשון הפלגה וואס ער אליין האט למעשה נישט געהאלטן אזוי.
און ביטע פאררוק נישט דעם נושא צום חפץ חיים, ווייל דו מאכסט נאך שווערער די קשיא אויפן ויואל משה. ודו"ק
והבאנו ראיה אז ער האט אויכעט געהאט א געוויסע שיטה - אזוי כמעט אלע קנאים פון דעהם חדר - אנצוגרייפן זיינע געגענער פערזעננדליך,ובעלזער רב , וקלויזנבורגער רב, וליובאוויטשער רבי, וגם המנחת אלעזר, והחקל יצחק, והרבה גדולים וטובים יוכיחו.
אויב דו ווילסט דוקא זיין מה שקורין בלשונותינו א שוו-----ץ און נאכרעדען דיין רבין די לשונות וואס ער האט גערעט בלשון הפלגה והגזמה, זאל דיר וואויל באקומען, אבער זאלסט וויסן אז דו ביזט נישט מיט דעם קיין חסיד שוטה, נאר סתם א שוטה. כמבואר בספרי צדיקים ובעיקר בספרי הבני יששכר.
העפי אסרו חג
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/4/2007 20:58 |
|
| |
ביטע זיי מסביר. איך פארשטיי נישט קיין ווארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/4/2007 20:27 |
|
| |
שמעק טאביק
דער סאטמארער רב האט געמאכט א גאצנע ספר ויואל משה וואס איז מוכיח אנדערש ווי די שרייבס דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/4/2007 18:55 |
|
| |
| Baachi כתב: |  | | לאמיך דיך פרעגן. לדעתך ווען איינער גייט פרעגן דעם סאטמערער רבי'ן צי ער מעג פאר פרנסה וועגן טיעטשן עברית אין א מאדערנע סקול. אדער צוליעב שלום בית. וואס וואלט געווען זיין תשובה.? |
|
באטשי היקר,
איך וויל זיך נישט מתווכח זיין דא. איך, און נאך פיל אנדערע גולשים דא ווייסן וועגן דעם מנהג וואס דו גלייכסט אזוי שטארק אפצופרעגן סאטמאר בכל מיני אופנים. נישט אז איך פארטיידיג אלעס. סאטמאר האט זיך געהאט זייערע ענינים וואס איך האלט זיי זענען אויסדרוקליך נישט גערעכט געוועהן. אבער עכ"ז בין איך אויפגעוואקסן א סאטמארער, און איך ווייס אז בלויז בזכותו של אותו זקן זענען מיר היינט ערליכע אידישע קינדער, שומרי תורה ומצוות על אדמת אמעריקע.
סאטמארער רבי איז געווען ממש אן איש השלם, ווי רובם ככולם פון די גדולי הדור, פון זיינע יונגע יארן ביז די עלטערע יארן האבן מעיד געווען אויף אים. איך בין נישט אויסן דא אנהויבן אויסצורעכענען זיין גדלות, ווייל מען קען שרייבן 100 יאר און נישט פארטיג ווערן. עס זענען שוין פארהאנען גענוג אויסגאבעס, און וויפיל מען שרייבט ווערט מען נישט פארטיג. ס'איז מיר גענוג אז ער אליין האט מעיד געווען אויף זיך אמאל אום פורים שיכור'ערהייט, אז "מיום עמדי על דעתי האב איך נישט מסיח דעת געווען פון השי"ת אפילו אויף א רגע". והדברים נוראים.
ער איז געווען א צדיק גענצליך העכער פון אונזער דור. איך מאך קיינעם נישט אוועק, איך זאג נישט אויף קיינעם קיין קללות, אבער דאס איז זיכער אז ער איז געווען איבער יעדן, בפרט אויב דו נעמסט צוזאמען תורה ותפלה וגמ"ח. קיינער האט נישט געפירט אזעלכע ישיבות מיט אזא סייעתא דשמיא און מפרסם געווען אזויפיל תורה, תורת אמת, און געעפנט אזויפיל מוסדות על טהרת הקודש איבער די וועלט. קיינער האט נישט אויסגעוואשן אזויפיל טויזענטער אידישע נשמות ווי ער מיט זיינע תפלות און הייליגע תורות, און קיינער האט נישט אויסגעטיילט אזויפיל צדקה וחסד אפילו פאר געגנער'ס, פון אגודה און מזרחי. כמעט נישט געגעסן און געשלאפן אין זיין לעבן. געלעבט נאר פאר יענעם און נישט פאר זיך.
פארוואס זאג איך דאס? ווייל אזא מענטש אז ער זאגט א זאך, איז עס ביי מיר גענוג מאסגעבנד. איך בין נישט דער גרויסער ת"ח, און אודאי ווייס איך נישט וואס טוט זיך אין די העכערע וועלטן אזוי ווי דער היילגער סאטמאר'ער רבי האט געוואוסט. ער האט מברר געווען להלכה אז ציונות איז כפירה. אויב ביסטו מודה צו דעם, דארפסטו גארנישט מער. כפירה - אפילו עס איז באקליידעט אונטער א מאנטל פון תורה און צדקות - איז ערגער ווי אלע עבירות. ערגער ווי שרייען ימח שמו, און יא, ערגער ווי בוקן צו א צלם.
איך ווייס נישט גענוי וואס ער וואלט גע'פסק'נט ווען איינער קומט אים פרעגן דעם אויבנדערמאנטן שאלה. אבער איך קען נאר ברענגען א מעשה פונעם חפץ חיים ז"ל. ער האט געזעהן א איד פארקויפן גוי'אישע ביכלעך, האט ער אים פארגעהאלטן דערויף, האט אים דער איד געענטפערט אז דאס איז לצורך פרנסה, און ער האט נישט קיין ברירה. דער חפץ חיים האט אים געהייסן אויפהערן פארקויפן די ביכלאך, און ער וועט אים שוין שאפן א אנדערע פרנסה. אויף צומארגנס זאגט דער חפץ חיים פאר דעם איד, איך האב פארשאפט פאר דיר א פרנסה. אין דעם קלויסטער, זוכט מען איינעם וואס זאל קלונגען דעם גלאק ווען דר גלח קומט אריין. דער איד פארציטערט געעוארן, און אנגעקוקט דעם רבי'ן מיט צוויי שרעקעדיגע אויגן... און שיער געפאלן אין חלשות. זאגט אים דער חפץ חיים, יא יא, איך מיין עס אמת'דיג, די פרנסה איז מער אויסגעהאלטן ווי פארקויפן און מכשיל זיין אידישע קינדער מיט ספרי מינות!!
דאס זעלבע דא. אויב זענען מיר מודה אז דאס לערנען עברית איז מינות און כפירה, איז שוין עפ"י הלכה קלאר אז זיך בוקן צו א צלם איז ליבערשט ווי דעם. ווי די גמרא ערווענט אין עטליכע פלעצער. סאטמארער רבי זי"ע האט דאס נישט געזאגט "פאר פאן", ח"ו, ער האט דאס געזאגט אז ביי אים איז דאס ברור עפ"י הלכה. און ער האט געטויגט מברר צו זיין א הלכה.
אודאי קען מען זוכן חסרונות אויף סאטמאר. די סאטמארע קהלה, וואס איז געווען א וועג ווייזער פאר די וועלט אין אלע אידישקייט ענינים אין וואס די וועלט איז אזוי שוואך געווען בימים ההם, ברענגט ארויס קנאה געפילן ביי אנדערע. נאכאמאל, איך מאך נישט ח"ו קיינעם אוועק. קלויזענבורגער רבי זצ"ל איז אויך געווען א צדיק וקדוש נשגב, וואס איך האלט אז די רדיפות אנטקעגן אים זענען געווען אומגערעכט. אבער למעשה עס איז געווען א מלחמה יענעצ צייט, און די מערכה אנטקעגן ציונית איז אזוי שטארק געווען, אז מען האט זיך נישט גערעכנט יעדע מאל מיט אלע הלכות לשון הרע און מחאה צי נאר עד כדי הכאה צי ועד בכלל. ווי אזוי גייט דאס ווערטל, ווען מ'שלאגט זיך ארום, קען מען נישט אויסרעכענען יעדן טריט און שריט, מ'טוט כל טצדקי צו האבן דעם אויבערהאנט.
איך בין נישט אויסן צו מאכן דא אן אפשאצונג אויף הרב קוק, און נאכאמאל, מיר איז גענוג אז מיין הייליגער רבי זצוק"ל, און נאך אזויפיל אנדער צדיקים וקדושים, ביי וועמען איך און מיינע עלטערן זענען אויפגעוואקסן, האבן געלאזט פאלן אזעלכע דיבורים אויף אים. דאס איז פאר מיר מער ווי גענוג. ער האט זיך אנטקעגנגעשטעלט ר' יוסף חיים זאנענפעלד זי"ע און אנדערע ערליכע אידן וואס האבן נאך עני-טיים ליב געהאט ארץ ישראל אזוי ווי ער, און ער האט געלאזט פאלן כמ"פ ווערטער וואס אסור לשמעם. איך ווייס טאקע נישט צי ער איז געוועון "אזא" שגץ, גענוי וועלכע לעוועל, אבער די תורה און צדקות מיינט ביי מיר "גארנישט" אויב מען האט געזעהן אזעלכע עניני כפירה זיך דרייען ביי אים אין קאפ. אסאך פארפירערס פון כלל ישראל זענען געווען גדולי תורה און קדושים.
לסיומא דמילתא, באטשי זיסער, איז אזוי: אויב ווילסטו אויסהערן די רבנים מצד השני, פיין און וואויל. דו ביסט דאך נישט אליין זיכער מיט זיין צדקות, נאר דו פאררופסט זיך אויף אזויפיל רבנים וגדולים וואס האבן געגעבן שטיצע פאר הרב קוק, און שרייבן אויף אים גדולות ונצורות. פיין. אבער האב נישט טענות אויף די אנדערע חלק מענטשן וואס הערן וואס אנדערע צענדליגער גדולי ואדירי דור האבן געהאלטן, ויש להם על מי לסמוך.
ואת והב בסופה.
|
|
|
|
|