די נושא קריכט שוין לעולם פון די נאז, אבער פשוט שלא תשתכח און וויבאלד די קארט האט זיך אויפגעוועקט, קען איך באשטיין נאך איינמאל בלויז צו שרייבן די פאקטן.
1. קהל יטב לב האט קיינמאל נישט געהאט אן אייגענע בי"ד, די מערסטע פאפולערע בי"ד און סאטמאר איז אלס געווען התאחדות, וואס דאס איז אויך נישט געווען די עקסקלוסיוו היימישע בי"ד וואס מ'האט געניצט.
2. די זאלי בי"ד האט רבינו יואל נישט אויפגעשטעלט, דאס האט רז"ל פריש אויפגעשטעלט חוה"מ פסח תשס"ג תיכף נאך ריח"מ איז געלאפן פאר גאב"ד ירושלים און איז אראפגעשטימט געווארן דורך רוב חברי העדה, און אין מיטן די באראש קארט קעיס האט געקאכט, עס צו ניצן פאר לעגאלע מאנעווערעס,.
3. די זאלי בי"ד האבן נישט קיין שום ערפארונג פון פירן דיני תורות, זיי האבן און זייער לעבן נישט געפירט דין תורות.
4. די חברי הזאלי בי"ד זענען ביז די מחלוקה כמעט קיינמאל נישט געזעצן אינאיינעם (אן אנדערע רבנים) דן זיין עניני הכלל, סיז קיינמאל נישט געווען זייער אויפגאבע, יעדער פון זיי האט זיך געטאן דאס זייניגע צו געפסקנט שאלות אדער פארגעלערנט שעורים, נישט מער, זיי זענען קיינמאל געווען עפעס א באזונדערע קערפערשאפט ווי זיי האבן אליינס דן געווען עניני ציבורי.
5. אפי' נאכן גרינדן די זאלי בי"ד, האבן זיי נאך עד היום נישט געפירט קיין איין איינציגע דין תורה, אפגערעדט וואס זיי זענען כמעט נישט אקטיוו מ'הערט נישט פון זיי איבער קיין שום ענינים (פארדעם רופט מען זיי "סיין" בי"ד, ווייל אויסער א גרויסע סיין ווייסט מען נישט פון זיי צו זאגן).
6. איידער מ'איז אפי' געגאנגען צו דין תורה, ווינטער תשס"א, זענען די זאלי בי"ד שוין ארויסגעקומען מיט א שארפע בריוו קעגן די אהרונים, און זיי אנגערופען "קשר בוגדים", הערשט נאך די בריוו האט מען געשיקט די ערשטע הזמנה צו דין תורה, און בערך 7 חדשים שפעטער נאך הארטנעקיגע עקשנות און זיך נישט שטעלן לדין, איז מען אריין אין קארט.
7. אלע בתי דינים וואס די זאליס האבן אנגעטראגן זענען אויסגערופענע זאליס און גרויסע קעגנער פון סאטמאר רבי (מהר"א), צום ביישפיל איינע פון זיי איז ר' יצחק מאנדעל פון קרית יואל, רב מאנדעל איז די אומאפציעלע שיינע איד און די זאלי שוהל און קרית יואל (וואס מ'רופט סאסמאן כולל).
8. די אהרונים זענען אלס גרייט געווען צו גיין צו סיי וועלכע אומפארטייאישע בי"ד אדער בזבל"א, וואס די זאליס האבן נאך עד היום נישט געגעבן קיין שום סברא המתקבל על הלב פארוואס זיי ווילן נישט גיין.
9. רז"ל טייטלבוים איז א הולך בערכאות ווען ער האט אריינגעטראגן די בארא פארקע מוסדות אין געריכט אונעם זעלבן טאג וואס ער האט האט געשיקט די ערשטע הזמנה פון רב גביוף'ס בי"ד און מאנסי, ער האט מיטמאל געגעבן צייט צו מסרב זיין, און געגאנגען צו בי"ד וואס זענען נישט דיינים אין די קהלה וואס לשיטתו טויג עס נישט.
10. אין קרית יואל האט רז"ל טייטלבוים אריינגעגעבן קרימינאלע קלאגעס קעגן קרית יואלע איינוואוינער אין געריכט, נאכדעם וואס זיינע קאנדידאטן האבן פארלוירן די ווילעדש וואלן, וואס דאס גרעניצט זיך מיט מסירה.
11. אין בני ברק איז רז"ל טייטלבוים געווען דער ערשטע אין היסטארע צו אריינפירן א סאטמארע סיכסוך און די ערכאות המינים רח"ל, באותו זמן וואס די אהרונים די נתבעים האבן גאר געשריגן אז זיי ווילן נאר די"ת.
נשלח ב-20/3/2007 18:07
לא נתקררה דעתו של אידעלע עד שכתב "פארשימלטן ראשקעבאהא"ג"
פארפאלן אידעלע שחמט יעצט האב איך שוין נישט וואס צי ענטפערן
כא כא כא
איך מיין אידעלע שחמט אז זאלסט איין מאל אפ טייפן אלע דיינע ניבול אין רעמאנטישע געשרייבעכצער אז די זאלסט קענען יעדעס מאל מיט דעם אפענטפערן וואס דיר געפעלט נישט, דורך קאפיען, עס מוז דאך נישט זיין צי דער זאך דער עיקר מען פירקעלט עפעס, וועסט באקומען דיינע וועדזשאס אזוי אויך...
אבער אין אמתן גערדט מקוה איד סופער דזשאב זיי ממשיך נאך.....
נשלח ב-20/3/2007 18:20
מקוה איד!
דשזאב וועל דאן זייער גוט ארויסגעברענגט דעם ענין
נשלח ב-20/3/2007 18:36
מקוה_איד שרייבט
<<
1. קהל יטב לב האט קיינמאל נישט געהאט אן אייגענע בי"ד, די מערסטע פאפולערע בי"ד און סאטמאר איז אלס געווען התאחדות, וואס דאס איז אויך נישט געווען די עקסקלוסיוו היימישע בי"ד וואס מ'האט געניצט.>> פארוואס האט יאסל וואלדמאנן זיך געמוזט שטעלען צו די דיינים?
<<
2. די זאלי בי"ד האט רבינו יואל נישט אויפגעשטעלט, דאס האט רז"ל פריש אויפגעשטעלט חוה"מ פסח תשס"ג תיכף נאך ריח"מ איז געלאפן פאר גאב"ד ירושלים און איז אראפגעשטימט געווארן דורך רוב חברי העדה, און אין מיטן די באראש קארט קעיס האט געקאכט, עס צו ניצן פאר לעגאלע מאנעווערעס,.>> דעמאלטס פארוואס האט דיין רבי פארלאנגט אז ר' יאסל וואלדמאנן מוז זיך שטעלען נאר צו די דיינים?
<<
3. די זאלי בי"ד האבן נישט קיין שום ערפארונג פון פירן דיני תורות, זיי האבן און זייער לעבן נישט געפירט דין תורות.>> דעמאלטס ווי אזוי האט דיין רבי געקענט פארלאנגען אז ר' יאסל וואלדמאנן מוז זיך שטעלען נאר צו די דיינים וואס האבען נישט קיין שום ערפארונג?
<<
4. די חברי הזאלי בי"ד זענען ביז די מחלוקה כמעט קיינמאל נישט געזעצן אינאיינעם (אן אנדערע רבנים) דן זיין עניני הכלל, סיז קיינמאל נישט געווען זייער אויפגאבע, יעדער פון זיי האט זיך געטאן דאס זייניגע צו געפסקנט שאלות אדער פארגעלערנט שעורים, נישט מער, זיי זענען קיינמאל געווען עפעס א באזונדערע קערפערשאפט ווי זיי האבן אליינס דן געווען עניני ציבורי.>>
וואס האט דאס דא א שייכות?
<<
5. אפי' נאכן גרינדן די זאלי בי"ד, האבן זיי נאך עד היום נישט געפירט קיין איין איינציגע דין תורה, אפגערעדט וואס זיי זענען כמעט נישט אקטיוו מ'הערט נישט פון זיי איבער קיין שום ענינים (פארדעם רופט מען זיי "סיין" בי"ד, ווייל אויסער א גרויסע סיין ווייסט מען נישט פון זיי צו זאגן).>> איבעריג צו ענטפערען מ'הערט פון זיי אסאך מער ווי די ווילסט.
<<
6. איידער מ'איז אפי' געגאנגען צו דין תורה, ווינטער תשס"א, זענען די זאלי בי"ד שוין ארויסגעקומען מיט א שארפע בריוו קעגן די אהרונים, און זיי אנגערופען "קשר בוגדים", הערשט נאך די בריוו האט מען געשיקט די ערשטע הזמנה צו דין תורה, און בערך 7 חדשים שפעטער נאך הארטנעקיגע עקשנות און זיך נישט שטעלן לדין, איז מען אריין אין קארט.
>> האסט פארגעסען צוצולייגען אהן רשות בי"ד וויל בי"ד האט לכתחלה נאר מתיר געווען מעקל צו זיין בערכאות און עטס זענטס געגאנגען זיך מתדיין זיין בערכאות.
<<
7. אלע בתי דינים וואס די זאליס האבן אנגעטראגן זענען אויסגערופענע זאליס און גרויסע קעגנער פון סאטמאר רבי (מהר"א), צום ביישפיל איינע פון זיי איז ר' יצחק מאנדעל פון קרית יואל, רב מאנדעל איז די אומאפציעלע שיינע איד און די זאלי שוהל און קרית יואל (וואס מ'רופט סאסמאן כולל).
>> מ'האט געטוען לפנים משורת הדין אין צוגעשטעלט דריי אומפארטייאישע בתי דינים וואס פארמאגען אין זיך עהרליכע רבנים (ליצנות מאכען פון רבנים האט נישט קיין גרעניץ) ווען עפ"י ההלכה איז דער דין אז התובע הולך אחר הנתבע.
<<
8. די אהרונים זענען אלס גרייט געווען צו גיין צו סיי וועלכע אומפארטייאישע בי"ד אדער בזבל"א, וואס די זאליס האבן נאך עד היום נישט געגעבן קיין שום סברא המתקבל על הלב פארוואס זיי ווילן נישט גיין.
>> ווייל מ'קען נישט גיין צו קיין זבל"א אהן קיין שטרי בירורין.
אדרבה ארלעדיג ביי דיין רבי'ן אז ער זאל אונטערשרייבען שטרי בירורין.
<<
9. רז"ל טייטלבוים איז א הולך בערכאות ווען ער האט אריינגעטראגן די בארא פארקע מוסדות אין געריכט אונעם זעלבן טאג וואס ער האט האט געשיקט די ערשטע הזמנה פון רב גביוף'ס בי"ד און מאנסי, ער האט מיטמאל געגעבן צייט צו מסרב זיין, און געגאנגען צו בי"ד וואס זענען נישט דיינים אין די קהלה וואס לשיטתו טויג עס נישט.
>> דאס גרעסטע ליצנות פון דיני תורות האט זיך אפגעשפיעלט און ב.פ. ווען אהרון וועלץ האט אנגערופען ר' יודל גרובער אז ער וויל עם נעמען פאר בורר האט עם ר' יודל געענטפערט איך קען עס נישט נעמען ווייל איך בין שוין אויף די צד שכנגד נעם מיין שוועסטערקינד פון מאנסי, און ער האט עם גענומען פאר בורר.
נאכדעם האט ער גערופען ר' זלמן גרויז אז ער וויל עם נעמען פאר טוען און ער האט דאס אנגענומען כאטשיג א נאכט דערפריער האט ער גענומען א דיפאזיט פון מענדל שווימער צו זיין זיין טוען.
ווען בי"ד האט געזען וואס דא טוט זיך האבן זיי געגעבען א רעכט מעקל צו זיין און ערכאות.
נשלח ב-20/3/2007 18:54
מקוה איד
סופער, קורץ און שארף.
ווער-בין-איך
אדרבה ארלעדיג ביי דיין רבי'ן אז ער זאל אונטערשרייבען שטרי בירורין.
פאר וועם???????
נשלח ב-20/3/2007 19:15
1. אלטע געשלאסענע סיכסכום וואס האבן נישט קיין דירעקטע שייכות צום איצטיגן דיון, ווי למשל אן אלטער סיכסוך מיט יאסל וואלדמאן, איז ע"פ הלכה גארנישט מחייב אדער גיבט קיין כי הוא זה רעכט צו מסרב זיין לדין. איך מצידי האלט קלאר אז יענער סיכסוך איז בכלל נישט דומה, און אפי' יא האט סאטמארע רבי דעמאלטס קלאר געזאגט אז אויף עניני גשמי איז ער גרייט צו גיין צו סיי וועלעכע בי"ד. אבער סיז נישט קיין נפק"מ, אפי' לו יציור יאסל וואלדמאן זאל זיין 100% גערעכט, איז עס ע"פ הלכה גארנישט מעלה ומוריד סיז גוט בלויז פאר אן עדיטאריעל אין "דער איד" ותו לא.
2. די זאליס קומען מיט די בלאף פון די "קהל בי"ד" נאך מימות רבינו יואל. דאס איז א ליגענט און א שווינדעל די גאנצע זאלי ביד"צ איז א 2003 ערפינדונג, ריין געגרינדעט דורך די זאליס פארן שכר וואס זיי האבן געשריבן די "קשר בוגדים" בריוו.
3. די זאליס שטעלן אן א קעלבערנע פנים ווען זיי שרייען אז זיי זענען מציע אנדערע בתי דינים, כאילו די פאקט אז אלע זענען במכוון אויסגעשפראכנע קעגענער פון סאטמאר רבי איז מיטאמאל נוגע לענין, און זיי טוהען גאר לפנים משורת הדין. וואס מיינען זיי? די וועלט איז משוגע?
4. אינטערסאנט, איבעראל ווי די זאליס האבן נישט די בעלות, זענען זיי און ערכאות מיט אלע קליפערלעך, ממש איבעראל, און זיי טיען עס מיט חשק און די ערשטע שריט, און זיי האבן זעק מיט תירוצים אז זיי מעגן, אבער ווען מ'רופט זיי נאר אפי' צו א בי"ד, שרייען זיי געוואלד מרופט די רבי צום בי"ד! היפאקריטיע צו די עקסטרעם!
נשלח ב-20/3/2007 19:28
5. די טענה אז די רבי דארף אינטערשרייבן, איז א שטיק בלאף, ווייל לכתחלה טענה'ן זיי אז מ'קען נאר גיין צו ריח"מ און רז"ל פילאף. שפעטער ווען זיי געבן נאך צו איינגיין אויף א בי"ד מרוצה אדער זבל"א, קומען זיי מיט א פרישע תנאי אז דער רבי זאל אויך אינטערשרייבן, דאס מיינט ביי ריח"מ ברויכן זיי נישט קיין חתימות, ביי זיי קען מען שוין גיין! אתמהה? הלמאי? פארוואס ביסטו נישט חושש די אלע חששות וואס די האסט ביי א זבל"א? נאר וואס דען, ביי אונזער "קשר בוגדים" בי"ד ווייס איך דאך שוין וואס דער פסק גייט זיין, נו צו וואס ברויך איך חתימות, ווידער די זבל"א וואס מ'קען פארלירן, קומט מען מיט קריאזע תנאים אבי צו זיכער מאכן אז ס'קומט נישט צו שטאנד.
נשלח ב-21/3/2007 04:27
ווער בין איך, זאג עס פליז קלאר ארויס:
-ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן, ר' זלמן לייב פילאפ, ר' שלמה לייב וויינבערגער, ר' חיים דוד כ"ץ -ר' זלמן לייב טייטלבוים -ר' יחזקאל ראטה -ר' שמעון מאיר לאנדא -ר' יצחק מאנדל
זענען אלע תלמידי חכמים וואס זענען ראוי צו פירן דין תורהס, און זיי זענען אלע אומפארטייאיש קעגן סאטמארע רבי.
פליז, זאג עס הויך און קלאר. יא אדער ניין
נשלח ב-21/3/2007 06:09
העטעך פעטעך שרייבט אז ר' ארון דרייט א וועלט, וויל איך וויסן וועלכע וועלט ער דרייט? אפשר אין די דריטע וועלט לענדער וואו עס וואוינען די צוריקגעשטאנענע מענטשן, דרייט ער א וועלט...
און בכלל איז אינטערסאנט אז אהרן ט"ב זיצט אין מאנראו און דרייט מיט א וועלט, טא פארוואס איז ער אזוי דעספערט ארריינצוקומען קיין וומס"ב און סייוואו ער לויפט ארום איבעראל? עפעס קוקט אויס אז די וועלט דרייט זיך נישט ווי ער וויל.
אגב וויל איך וויסן צי האט אהרן ט"ב שוין אמאל אפגעשריבן א פעסטע תשובה להלכה? נישט וואס אנדערע האבן אים געשריבן?
אויב יא, פארוואס איז נישטא קיין שום געדרוקטע תשובה פון עם? פארוואס באהאלטן עס די ארונים?
תוקן על ידי אידעלע ב- 21/03/2007 6:11:40
נשלח ב-23/3/2007 21:46
1. עס איז דא א פסק הלכה שנת תשמ"ד פון אלע רבנים שליט"א ולהבלח"ח זי"ע, ובראשם כ"ק בעל ברך משה זצ"ל, - דאס זעלבע איז דא פון די רבנים אין ארץ ישרא'-, ווי זיי שרייבן אז אזוי ווי היינט איז די עניני הבי"ד נישט מסודר, ממילא ווען א איד ענטפערט פאר א בי"ד אז ער וויל גיין זבל"א איז נישט דא מער תובע הולך אחר הנתבע און מען דארף מען גיין זבל"א.
דאס איז אפילו די נבתע שלאגט פאר 10 בתי דינים און כל שכן 5 אייגענע דיינים דארף מען גיין זבל"א.
און אזוי איז געטאן געווארן ביי אלע קהלישע מחלוקת די לעצטערע יארן, ווי: קהלת באבוב, קראסנא, וכו', און אזוי האט יעצט די בדי"צ העדה החרדית געזאגט פאר די זאליס נאכן ריפן אין קארט אין בני ברק.
2. יוסף וואלדמאן שר"י האט קיינמאל נישט פארלאנגט אז מען זאל גיין זבל"א, נאר ער האט פארלאנגט אז מען זאל גיין צו די גע'אסר'טע בי"ד פון לאנדענסמאן.
3. צו זאגן אז מען דארף גיין צו די אייגענע דיינים וואס זענען אויף זייער פעראל, 1. איז קעגן די תורה הק' וואס זאגט אז מען טאר נישט נעמען קיין שוחד, 2. עס אזי פונקט אזוי ווי מען זאגט אז מען דארף גיין צו דין תורה צו משה וואלף קליין, אברמי ברוין, משה גבאי, מרדכי רובינשטיין, ווייל די זאלי דיינים פירן זיך אויף פונקט ווי זיי אין די נושא, און קענען חושן משפט פונקט ווי זיי.
4 רבינו שליט"א האט קלאר געשטעלט און ר' אלישע הארוויטץ שליט"א האט עס געשריבן אין א בריוו, אז מען וועט זיך שטעלן צו זבל"א, און די בי"ד וועט פארלאנגען אז רבינו שליט"א זאל אונטער שרייבן וועט ער אונטער שרייבן שטרי בירורין.