בית פורומים כל העולם כולו

ר גרשון שטעמער/ אביגדור יאקאבאוויטש?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/3/2007 13:14 לינק ישיר 
ר גרשון שטעמער/ אביגדור יאקאבאוויטש?


ר גרשון האט אוועקגעגעבען און תש"ס זיין גאנצע עוה"ב פאר מרס יאקאבאוויטש
קליקטס פאר דאקאמענטען
 
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2170520




תוקן על ידי - 13Hooper - 20/03/2007 13:23:51

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 20/03/2007 13:56:19



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2007 22:28 לינק ישיר 

ווער עס קען די האנט-שריפט און נוסח פון הרב אולמאן וועט שווער גלייבן אז ס'איז מזוייף.

ווער ס'האט געקענט ר' גרשון, און ווער עס ווייסט וויפיל גרויס געלט ער האט געדרייט און ווי ס'האט געדרוקט אויף אים, ווי אויך זיין אומבאשרייבליכע ערנסטקייט אין אפגעבן חובות באצייטנ'ס, אזוי אויך דאס באצאלן פאר אלע כלי קודש יעדן ערב ראש חודש ממש, איז דאס פארקויפן עולם הבא בכלל נישט קיין וואונדער!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/3/2007 17:12 לינק ישיר 

איך הער זאגן אז די באנק ריפט יעצט גברת יאקובוביץ אין געריכט.
די באנק זאגט אז זיי האבן געגעבן די געלט... נישט זי.

יעצט איז די שאלה: וועמענס איז שטעמער'ס עולם הבא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2007 17:09 לינק ישיר 

און איך האלט אז דער גאנצער כתב איז מזוייף מתחילתו ועד סופו,  רבי גרשון שטעמער ז"ל האט באשלאסן אריין צו גיין אין ביזנעס מיט גברת יאקאבאוויטש נישט מער און נישט ווייניגער, וואס איז, וויגדור האט נישט געדארפט רבי גרשון'ס עולם הבא?, ממה נפשך האט וויגדור געוויסט דערפון פארוואס האט ער דאס נישט געקויפט, האט ער נישט געוויסט איז דאך אסור צו נעמען געלט פון א פרוי בלי רשות בעלה, בכלל זעט דאס אויס ווי עפעס א שווינדל אדער א ערמה, מען פארקויפט עולם הבא, ווער זאגט אז דו גייסט בכלל האבן עולם הבא? הגם מען האט שוין געהערט ביי צדיקים הקודמים וואס האבן פארקויפט זייער עולם הבא, איז דאן געווען צוויי זאכן, קודם כל איז דאס נאר געווען אויף פדיון שבויים אדער הכנסת כלה בשעת החופה וכו' וואס מען האט תיכף ומיד געדארפט דאס געלט,  איז דאס געווען די איינציגע וועג צו פארשאפן דאס געלט האבן זיי מיט מסירת נפש פארקויפט זייער עולם הבא און צדיקים האבן דאס פארענטפערט אז דער עולם הבא פון די דאזיגע מצוה אליין איז גרעסער ווי דער עולם הבא וואס זיי האבן פריר געהאט, אבער, און דא קים איך צו די צווייטע תמהון,אין דעם כתב שטייט אז דידאזיגע מצוה איז אויך בכלל אונעם מכר, דאס הייסט אז אפילו דעם שכר וואס ער וואלט באקומען פאר די גרויסע מצוה איז אויך בכלל און באלאנגט אויך פאר מרת יאקאבאוויטש, פארשטיי איך נישט, וואלט דען מרת יאקאבאוויטש זיך נישט באגיניגט מיט דעם עולם הבא וואס ער האט זיך אנגעזאמעלט ביז דאן אז ער האט איר געדארפט צו ווארפן אזא שטיקל באקשיש אדער ווי מען רופט דאס דא א באנוס, און געבליבן אן קיין שום עולם הבא, ניין איך גלייב דאס נישט, פאר פרעון חוב האט קיינער קיינמאל נישט פארקויפט עולם הבא, און אויב יא איז דאס געווען ביי איינעם וואס האט ליידער בכלל נישט געגלייבט אין עולם הבא, אבער ביי רבי גרשון ז"ל וואס איז געווען א ערלעכער יוד האט דאס לדעתי נישט געקענט זיין, און עס איז בכלל נישט קיין כבוד מפרסם צו זיין אזא לעכערליכער כתב.   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2007 16:35 לינק ישיר 

לכאורה איז עס א געוואלדיגע מדריגה פון צדקות,

כ'האב באמערקט דעם דעיט ווען דאס האט פאסירט - ג' בהעלותך תש"ס - עפעס דערמאנט מיך עס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר גרשון שטעמער/ אביגדור יאקאבאוויטש?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext