בית פורומים כל העולם כולו

מזל טוב! מסירות דורכגעפאלן! אינספעקשאנס דורכגעגאנגען!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/3/2007 01:11 לינק ישיר 
מזל טוב! מסירות דורכגעפאלן! אינספעקשאנס דורכגעגאנגען!

מיט גרויס פרייד קומט יעצט אריין די פרייליכע נייעס אז די מסירות אין בארא פארק האבן זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם. די אינספעקטארס זענען אראפגעקומען היינט אויף א סורפרייז וויזיט אין די מוסדות, צוויי טעג פריער ווי געפלאנט, און האבן איבערגעקוקט אלע ביכער און אונטערזוכט אלע בנינים. נאכן פארענדיגן די אינספעקשאנס האבן זיי געשריבן א גינסטיגן רעפארט אז אלעס ווערט געפירט מיט גרויס געניטשאפט אזוי ווי די לעצטע 30 יאר און ס'איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס מען זאל אפשטעלן די גרענטס און פראגראמען וואס די הנהלת המוסדות באקומט.

עס איז געווען א שרעקליכע מפלה פאר די טרויעריגע זאלי מוסרים, וואס האבן גע'מסר'ט די הנהלה, מיט די גרויסע האפענונג אז די אינספעקטארס וועלן טרעפן עבירות און שאדן מאכן גרויס געלט פאר די הנהלת המוסדות, אדער מעגליך נאכדערצו ארעסטירן הר"ר אהרן וועלץ (ה"י) און אים אוועקנעמען זיין פאזיציע. אבער דער אויבערשטער האט געהאלטן זיין רעכטן האנט און די רשעים האבן ב"ה נישט געהאט קיין שליטה.

מזל טוב! מזל טוב!

כי לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים (תהלים קכ"ה).

_________________

כאפטס אריין א וואדקע




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2007 18:47 לינק ישיר 

 

אידעלע, מען האט בכלל נישט ג'מסרט סך הכל אפאר לויער לעטטערס צי די head start office  פארלאנגען ישרות.

ר' מענדל שווימער האט מיט א היתר בי''ד (פין די באקאנטע מתיר אסורים בי''ד) געריפען אויפן טעלעפון בעטן מען זאל אפשטעלן די געלטער ביז ער וועט מצליח זיין מיט די אנערע מסירות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2007 02:39 לינק ישיר 

אויסער דעם איז קלאר אז די גאנצע מעשה מיט מסירות מיט אינספעקשאן איז א פאבליק רילעשאן שפיל פון דעם בעבי ארון וועלץ,

די אינספעקשאן איז א רוטינע העטסטארד רעוויא וואס קומט פאר יעדע דריי יאר און אלע מוסדות, עס נעמט בערך א וואך געווענליך פון מאנטיג ביז פרייטיג, אהרן וועלץ וועט אודאי מאכן א גרויסן סעודות הודאה ווען העדסטארד פארלאזט זיין אפיס, און מאכן גרויסן פראפאגאנדע פון די נסים אז די אינספעקטערס האבן נישט ארעסטירט די מלמדים אין מנהלים און אפשר אפאר קינדערלעך אויפן פלאץ און אריינגעשלדייגערט און תפיסה אויף לעבנסלענגליך.... כמעט אזאלכע נסים ווי אלעף שעמאס,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2007 02:38 לינק ישיר 

דיין פרייד איז אביסקעלע פריצייטיג

עס איז גארנישט דורכגעגאנגען, מ'האט נאר נישט אפגעשפארט דעם מוסד ביסטו שוין שיכור פאר פרייד.

די חארונים וועלן נאך אסאך וויינען איידער זיי וועלן לאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מזל טוב! מסירות דורכגעפאלן! אינספעקשאנס דורכגעגאנגען!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext