מיט גרויס פרייד קומט יעצט אריין די פרייליכע נייעס אז די מסירות אין בארא פארק האבן זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם. די אינספעקטארס זענען אראפגעקומען היינט אויף א סורפרייז וויזיט אין די מוסדות, צוויי טעג פריער ווי געפלאנט, און האבן איבערגעקוקט אלע ביכער און אונטערזוכט אלע בנינים. נאכן פארענדיגן די אינספעקשאנס האבן זיי געשריבן א גינסטיגן רעפארט אז אלעס ווערט געפירט מיט גרויס געניטשאפט אזוי ווי די לעצטע 30 יאר און ס'איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס מען זאל אפשטעלן די גרענטס און פראגראמען וואס די הנהלת המוסדות באקומט.
עס איז געווען א שרעקליכע מפלה פאר די טרויעריגע זאלי מוסרים, וואס האבן גע'מסר'ט די הנהלה, מיט די גרויסע האפענונג אז די אינספעקטארס וועלן טרעפן עבירות און שאדן מאכן גרויס געלט פאר די הנהלת המוסדות, אדער מעגליך נאכדערצו ארעסטירן הר"ר אהרן וועלץ (ה"י) און אים אוועקנעמען זיין פאזיציע. אבער דער אויבערשטער האט געהאלטן זיין רעכטן האנט און די רשעים האבן ב"ה נישט געהאט קיין שליטה.