בית פורומים כל העולם כולו

די מעכטיגע השפעה פונעם אינטערנעט אין די 08' קאמפיין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/3/2007 09:11 לינק ישיר 
די מעכטיגע השפעה פונעם אינטערנעט אין די 08' קאמפיין

אין די היימישע פרעסע וועט איר ח"ו נישט טרעפן די נייעס, אבער די אמעריקאנער מידיא איז פארנומען שוין דריי טעג מיט די אנטי קלינטאן ווידיאו, און די טעמע האלט נישט ביים אראפגיין פון אויבנאן.

די רעדע איז איבער א אדווערטייזמענט וואס עפל האט געהאט געמאכט אין 1984, דוכט זיך קעגן איי. בי. עם. וואס "עמיצער" האט איבערגעמאכט קעגן קלינטאן און ארויפגעלייגט אויף יו-טוב. זיין ציל איז געווען ארויסצוברענגען אז קלינטאן איז א טייל פון די וואשינגטאנער פאליטיק, און דארף ערזעצט ווערן מיט פריש בלוט. די ווידיאו האט זיך געענדיגט מיט "באראקאבאמא.קאם".

ביז געציילטע שעה האט די ווידיאו שוין געהאט איבער 400,000 צוקוקער. און די אלגעמיינע פרעסע האט באלד זיך גענומען אויפשפילן די ווידיאו נישט אזוי ווייט צוליב די עצם ווידיאו ווי ארויסצוברענגען דעם פאקט ווי שטארק די וועלט האט זיך געטוישט, און אז דער 08' קאמפיין וועט געפירט ווערן אויף די אינטערנעט ווי יעדער שמויגער וועט ווערן א בעל דיעה. איין פאליטישער אנאליסט האט זיך טרעפליך אויסגעדרוקט, "אויב ביז היינט איז דער קאמפיין געפירט געווארן דורך צוויי ארמייען וועלכע האבן זיך געשטעלט איינער קעגן די אנדערע מיט זייער ארטילעריע, וועט יעצט דער קאמפיין געפירט ווערן ווי א גערילע קאמף, מיט ציווילע קעמפער אויף אלע זייטן".

נאך וויכטיגער איז דער פאקט פון אנאנימיטעט וואס די אינטערנעט באנוצער געניסן. אזוי צום ביישפיל האט די פרעסע באלד הויך שפעקולירט צי דער עד איז נישט פערצופאל געמאכט געווארן דורך א קלינטאן אקטיוויסט, וועלכער וויל אויף דעם וועג שאפן א שלעכטן פנים פאר אבאמא, אלס צעווילדעוועטער פארשוין? און אפשר איז עס געווען סתם א קאנסערוואטיווער אקטיוויסט וועלכער זוכט צו באגראבן קלינטאן, און באהאלט זיך אונטערן שלייער פון באראק אבאמא כדי נישט צו שעדיגן זיין לאגער? אנדערע האבן געשריגן אז דאס איז גאר פון א רעפובליקאנער וועלכער זוכט צו שאפן בייז בלוט און העסליכע אטאקעס צווישן די קלינטאן און אבאמא לאגערן.

עווענטועל שטעלט זיך ארויס אז דער אקטיוויסט וואס האט דאס ארויפגעלייגט איז יא אן ארבעטער פאר די זעלבע פירמע וואס האט אהער געשטעלט באראק אבאמא'ס וועב-זייטל... אבער דאס פארמיידט נישט פון די מידיא זיך צו קאנצענטרירן אויף דעם מאכטפולן געווער וואס רופט זיך אינטערנעט, און דעם פאטענציעלן כח וואס ליגט דארט באהאלטן, צום גוטן און צום שלעכטן.

וואס איז אייער מיינונג דערוועגן? תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 26/03/2007 4:27:53



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/11/2008 01:56 לינק ישיר 

דער פלאמבער איז אנגעקומען אביסל שפעט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/11/2008 01:54 לינק ישיר 

אינטערעסאנט צו כאפן יעצט א בליק אויף צוריק. אבאמא האט פארוואנדלט דעם אינטערנעט אין די הויפט פאליטישע שפילצייג, וואס וועט שוין בלייבן אזוי ביז משיח'ס טאג.

דער אינטערנעט האט געשפילט א הויפט ראלע אין צוויי קריטישע אפטיילונגען: פאנדרעיזינג און אטאקעס.

אין פאנדרעיזינג דארף מען דאך נישט זאגן, אבאמא האט אריינבאקומען איבער האלב פון זיין געלט דורך אינטערנעט באשטייערונגען, וואס האט אים ערמעגליכט אריינצובאקומען הונדערטער מיליאנען טראץ דעם מעקעין-פיינגאלד געזעץ.

אין אטאקעס איז אויך איבריג מאריך צו זיין, כמעט יעדע אטאקע אויף ביידע זייטן האט זיך אנגעהויבן אויף די אינטערנעט, ספעציעל אין די לעצטע וואכן פונעם קאמפיין. דראדזש האט ווייטער אנגעהאלטן זיין העגעמאניע אין אויפשאקלען די קאמפיינס טאג נאך טאג מיט פרישע באמבעס, אויך די ליבעראלע בלאגס האבן ארויסגענומען א הויפט טייל אין פירן דעם קאמפיין שמועס.

די מערסט באקאנטע יו-טוב קליפ פון די וואלן וועט מסתמא זיין "זשאו דער פלאמבער". ס'איז טאקע נישט געלונגען פאר מעקעין צוריקצוכאפן זיך אדאנק זשאו'ן, אבער דאס האט גענצליך פארדרייט דעם קאמפיין פאר א שיינע פאר טאג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2007 07:02 לינק ישיר 

אפשר דאך, דאס זאג איך דאך, די אינטערנעט וועט נישט טוישן קיין קאמפיין. נאך אלעם וועלן ווייניג מענטשן קענען מאכן געלונגענע קאמפיין עדס אדער אטאקעס. אויב וועט איינער יא מאכן א גוטס וועט ער מסתם זייער שנעל ווערן אויפגענומען ערגעץ. נישט געלערנטע מענטשן וועלן ווייטער נישט אויסמאכן צופיל.
די איינציגסטע זאך וואס מהאט געקענט מורא האבן איז אפיציעלע קאמפיין מענטשן וואס וועלן טון זאכן ענאנימעס וואס זיי וואלטן נישט געטון געווענטליך. אבער יעצט האט מען געזען אז מקען זיך נישט באהאלטן אפילו אויף די אינטערנעט.

וואס איז נוגע אונז היימישע אידן איז א עקסטערע שמועס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2007 05:10 לינק ישיר 

זשוליאני, רעדסט נארישקייטן. די עד איז בכלל נישט אזוי ציפעדיג קעגן קלינטאן ווי דו מאכסט עס. די דזשאוק פון די עד איז אז ס'איז נאכגעמאכט גענוי פון אן עפל קאמפיוטער עד פון 1984, און ווי אפשר_דאך ברענגט גוט ארויס, האט עס שוין דערצו א באהאלטענעם מעסעדזש, איבער די ביז-יעצטיגע עסטעבלישמענט. דעטס אלל.

דא קען מען זען די אריגינעלע 1984 עד.
http://www.youtube.com/watch?v=OYecfV3ubP8



תוקן על ידי ziskeit ב- 30/03/2007 4:18:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2007 21:36 לינק ישיר 

דער עד צילט בעיקר ארויסצוברענגען אז קלינטאן (אדער אין ארגינעלן עד, איי. בי. עם.) איז די ביז איצטיגע עסטאבלישמענט, און אזויווי דער וואס פארשפרייט דעם עד האלט אז דער עולם זוכט א טויש, שטעלט ער זיך פאר אלס דער פרישער פנים און דרויסנדיגער אלטערנאטיוו צו די ביז יעצטיגע פירערשאפט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2007 00:02 לינק ישיר 

איך האב געזען די עד אין די מידיא. איך האב אויך געזען ווי שטארק זיי זענען ביזי אז די אינטערנעט גייט טשעינזשן די קאמפיינס.

אבער איך האב נישט אנגעהויבן צו פארשטיין די עצם עד, וואס דארף עס צו ווייזן? אויסער עפעס א פרוי שיסן א האמער אין קלינטאנס פנים האב איך דארט גארנישט געזען. שקל שלם !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2007 18:54 לינק ישיר 

איך מיין אז דו האסט נישט אנגעכאפט די טעמע פון ריכטיגן פערספעקטיוו.

דא איז נישט די שאלה אויב עמיצער אינערהאלב איין קאמפיין וועט קענען אנאנים אטאקירן די אנדערע זייט מיט וואולגארע אטאקעס - אזוינס וואס ווערט נישט גענוצט אין געווענליכע קאמפיינס - אן געכאפט צו ווערן. דערויף איז גאנץ זיכער דער ענטפער אז ניין, עס וועט טאקע זיין שווער נאכצוגיין אבער עווענטועל וועט מען מסתמא קומען אויף זיינע שפורן. אזוי אויך וועט קיין איין קאמפיין נישט וועלן ברעכן די באריקאדעס ארום דעם געווענליכן קאמפיין קאנצעפט ווייל ער קען דאך נישט וויסן וואס דער צווייטער צד וועט מארגן ארויסשטעלן קעגן אים זעלבסט.

דא איז די רעדע אז דער קאמפיין גליטשט זיך ארויס פון די געלערנטע הענט און שווימט אריין אין א מינע-פעלד, וואו יעדער אינגל קען מישן דעם טאפ אן פאראויסצוזען די קאנסעקווענצן. וואס וועט - לכאורה - גענצליך טוישן דעם צוגאנג פון און צו פאליטישע קאמפיינען.

איך בין נייגעריג וואס דער עולם האלט, וואס וועלן באמת זיין די קאנסעקווענצן דערפון. איז עס סתם אן אויפגעבלאזענער באלאן, אדער איז עס אן ערנסטער דראאונג אויף יעדן נאציאנאלן קאנדידאט?

דאס זעלבע איז אינטערעסאנט צו דעבאטירן אויב ס'וועט אמאל קומען צו א ענליכן מצב אויך ביים היימישן ציבור.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2007 17:14 לינק ישיר 

איך מיין אז די עד האט געוויזן פונקט פארקערט, אז אויב איינער רעדט זיך איין אז ער וועט קענען גייט באהאלטענערהייט אויף די אינטערנעט און אזוי עטעקן זיין קעגנער וועט מען זייער שנעל אויפדעקן ווער ער איז. אויב וועט עס באמת זיין א "האט אייטעם".
למשל דער וואס האט געמאכט די עד האט געמוזט אפירקומען ווייל ער האט מורא געהאט אז מוועט אים אויפדעקן, צום סוף האט ער פארלוירן זיין זשאב. אנדערע וועלן יעצט שוין טראכטן צוויי מאל פאר זיי וועלן ארויסקומען מיט ענליכע אטאקעס אויף די אינטערנעט אונטער באהאלטענע נעמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2007 04:32 לינק ישיר 

פאראכטן די קעפל אויף פארלאנג פון שרייבער.

דא איז די לינק צו די יו טוב עד
http://www.youtube.com/watch?v=6h3G-lMZxjo



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/3/2007 22:40 לינק ישיר 

א לינק ביטע!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2007 00:05 לינק ישיר 

אלזא וועט מען האבן א מאן פאר פרעזידענט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2007 19:09 לינק ישיר 

איך האב געזען די יו טוב קליפ. ס'איז זייער ציפעדיג קעגן קלינטאן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די מעכטיגע השפעה פונעם אינטערנעט אין די 08' קאמפיין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext