בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מיימאנידיס בוטשער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/3/2007 04:39 לינק ישיר 
מיימאנידיס בוטשער

היינט האב איך געהערט וועגן אן עלטערע איד אין ב"פ וואס איז געווען געזונט און שטארק, און
פורים צונאכטס האט ער זיך געגליטשט אויף א טרעפ און וויי געטוען א קני.
הצלה האט מיט די בעסטע כונה עם אריין געפירט אין מיימאנידיס פאר אונטער זיכונגען, און דארט
האבן די חברה עם אריין געשמיסן אביסל בלוט שמעלערערס (בלאד דהינער'ס בלע"ז) און ביז געציילטע
שעות (אדער טעג ?) האט ער געהאט א סטראוק מיט הארץ פראבלעמען און אריין אין א קאומא וואס ווי
ס'שיינט וועט ער פון דעם נישט אזוי לייכט ארויס.

אזוי איז אויך געווען א אינג ווייבל (וויי.) וואס איז אריין צוליב אן אלערג'י און אין שפיטאל
האט מען זי איינגעשפריצט מיט עפעס וואס איז קלאר געשטאנען אין פייל אז זי איז צו דעם אויך
אלערג'יק, איר מצב האט זיך אויף'ן פלאץ שטארק פארערגערט, אבער ב"ה זי איז אויף'ן וועג ארויס
פון דארט.

די מעשיות האבן זיך אפגעשפילט בלויז אין די לעצטע פאר וואכן, און אפילו אין די פאר וואכן איז
דאך נאך סיפורים כהנה וכהנה.

די חברה וואס שפילן אונז אויף די נערווען צו נוצן מיימאנידיס, טענה'ן בעיקר צוויי טענות.

1) זיי שטעלען זיך צו

2)זיי זענען גוט

פאר דער וואס קלערט וועגן #1, זאל ביטע כאפן א שפאציר אויף'ן דעם נייעם צווייטען שטאק פון די
מאטערניטי, און מסביר זיין פארוואס איז נישטא דא אין א שפיטאל ווי לכה"פ 50% פון איר באנוצער
זענען שות"ומצ, קיין איין סינק וואס ארבעט נישט עלעקטראניש. #2

ווייסן לכה"פ די חברה הצלה און די אנדערע שוויצערס פונקטליך וואס דארט טוט זיך.

אלזא שטעלט זיך די פראגע, פארוואס טאקע איז נישט דא קיין ערענסטע פרעשור מכח די חברה הצלה צו
פארעכטן די קלות הדעת וואס דארט גייט פאר? איז אפשר דא פערזענליכע נגיעות? דארפן מיר אוועק
קוקן פון שמועות פון שוחד? לדוגמא, די עיר קאנדישן סיסטעם אין די נייע בילדינג.... אדער די
ספעשל טריטמענט פאר קנאקערס?

ס'איז דא וואס טענה'ן, אז די שפיטאל איז באמת גוט, נאר אין יעדן שפיטאל מאכט זיך גרייזן. איך
זאג אז די נומבער פון גרייזן אין מיימאנידיס איז צען פאכיג ווי סיי וועלכע שפיטאל.

יעדער וואס נוצט דעם שפיטאל און אנדערע אויך, קען מעיד זיין אויף א געוויסע לייכט זיניקייט דארט.

דאס וואס די נומבער פון קאמפלעינטס ביי די שטאט וכדו' איז נישט אזוי הויך, האט אסאך צוטוהן
מיט דעם וואס מיר היימישע אידן קלערן אלץ אריין אויב אפשר לוינט זיך צו שווייגן, און די זעלבע
פאר די פאקיסטאנער אימיגראנטן וואס זענען אונזערע שותפים אין דעם שפיטאל. תוקן על ידי - יוסקעלע - 25/03/2007 4:47:36



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2007 07:36 לינק ישיר 

הסיפור עם הרופא הזה התפרסם לפני כמה שנים, מה נזכרת בזה שוב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2007 23:03 לינק ישיר 

Brooklyn, NY - Maimonides Hospital Heart Doctor Second Worst In Malpractice.


Brooklyn, NY - A Brooklyn heart surgeon who got paid $1.2 million while racking up the state's second-worst death rate has been found guilty of medical malpractice in the 2001 death of a 70-year-old patient.

A jury found that Dr. Israel Jacobowitz, the former SUNY Downstate Hospital chief of cardiothoracic surgery and the subject of a 2003 Post investigation, departed from "good and accepted standards of medical practice" when he tried a technique he wasn't credentialed to use, causing the death of patient Evangeline Johnson.

But the March 21 Brooklyn Supreme Court verdict awarded Johnson's family just $56,000 after the judge ruled that jurors could not award damages for pain and suffering though Johnson suffered a brain injury during the surgery and lingered a week before expiring.

The money was granted for funeral expenses and "loss of parental guidance."

"The jury wanted to award pain and suffering, but the judge wouldn't allow it," said lawyer Marvin Fuhrman, who represented the family and who said he'd appeal.

Jacobowitz continues to work a heavy caseload at Maimonides Hospital, which has even touted him in recent newspaper ads.

He did not return a message seeking comment. [NYPost]

Maimonides Hospital Touts on their web site Dr Jacobowitz As a Top Doctor.







http://www.vosizneias.com/2007/04/brooklyn-ny-maimonides-hospital-heart.html#links


תוקן על ידי הצלה2006 ב- 08/04/2007 23:00:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2007 21:10 לינק ישיר 

תכלית, פון קאמפלעינען וועט מען גארנישט האבן, וואס קען מען טיען למעשה?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2007 19:09 לינק ישיר 

לדעתי איז דער פראבלעם געפערליך אין עמעדשענסי רום, עס איז נישט דא ווי צו לייגען א פאציענט, אין אוודאי נישט צו קוקען אויף אים.

מען ליגט אין די דורכגענג צוקוועטשט איינער מיטן צווייטען, אין אויף א משפחה לייגט נישט קיין פרעשור קען מען ליגען דארט שעות מיט גארנישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2007 06:27 לינק ישיר 

זיי האבן אויפגענומען א נייע שטאב מיט דאקטוירים לעצטענס, קען זיין עס האט צו טון.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מיימאנידיס בוטשער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext